בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

באטע דאבעט: זאל זאלי ווייטער פירן באטע?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-31/10/2004 22:01 לינק ישיר 
באטע דאבעט: זאל זאלי ווייטער פירן באטע?



- באטע דאבעט -



אזוי ווי לעצטענס איז דא דא אסאך פאולס און דאבעטס וויל איך יעצט מאכן דא א דאבעט צו זאלי זאל ווייטער פירן באטעס פרייטאג צונאכטס אין ווימ"ס אדער נישט, פאריאר האט מען אויפגעהערט צו פירן די באטעס נאכדעם וואס דער עולם איז געבליבען אינדערהיים שלאפן און די בזיונות איז געווען עד לב השמים, און עס איז מקוים געווארן די פסוק אם אין אנשים אין תורה באטע...


היי יאר האט זאלי געפירט צוויי מאל פאריגע וואך, און דעם שבת, פאריגע וואך איז געווען צוגעגרייט אין פאליש קליין אנגעגרייט און עס איז געווען א ליצנות, עני פון די 5 ספינקא רבי'ס אין ווימ"ס האט געהאט מער מענטשען ביי זייער טיש שבת ביינאכט.


די וואך איז שוין געווען צוזאמען מיט א שמחה עס איז געבוירן געווארן צו מזל טוב, איין אייניקעל ביי הרב גלאנץ די איידעם פון הרב זאלי, און די קלעבערס זענען ארומגעלאפען געהענגט צעטעלען אין אלע בתי מדרשים אין שטאט, אלע גבאים פון די סאטמאר שולן האבן אויסגערופן אז די רב רופט צום זכר אין ראדני, די טיש האט מען שוין אנגעגרייט פרייטאג ביי חצות אין ביהמ"ד, פרענטשעס האט מען געבענגט פארן שול, אז יעדער זאל זעען אז עס גייט פארקומען א גרויסע זכר און באטע במעמד רב, די ביפערס האבן געקלינגען א גאנץ פרייטאג אז מען זאל קומען, א מאשין האט געקאלט אז מען זאל קומען שנעל, די ענדע איז געווען ביטער עס איז געווען ליידיג איז נישט די ווארט, גרויסע בזיונות, די פרענשטעס זענען געשטאנען גענוי ליידיג ווי מען האט עס געברענגט,


די אהרונים זענען גאר געקומען צו לויפן צו זיין באטע און אריין אין שול און זיך מחי' געווען מיט די באטע, עס איז געווען פאר זיי א תענוג רוחני, צוקוקענדיג די הערליכע בילד, די ביסל זאלי'ס וואס זענען געווען דארט וואס דערהייבן נישט קיין בזיונות האבן געכאפט זייער ראשוואלקע און געמאכט פליטה, ווען די ברענשטעס קענען ווען רעדן וואלטן זיי זיכער געפרעגט פארוואס מען האט זיי מטריח געווען און אהער געשלעפט... די באנדלעך וואס מען האט געטיילט אויס אויסגעקוקט ווי אבלים באנדלעך און נישט קיין שלום זכר... דער עולם איז געזיצן דארט אפגעשמיסען מיט די בזיונות אין דער האנט.


- דאס זענען די צדדים נישט פירן א באטע -


א. עס איז גפערליך ליידיג דער עולם קומט נישט און די בזיונות זענען גפערליך גרויס.


ב. נישט יעדער רב פירט באטע און דער עולם וועט פארגעסען אז מען האט אמאל געפירט באטע און עס וועט זיין א נארמאלע זאך.


ג. די אהרונים זאלן נישט האבן קיין גוטע מינוט און שטיין און לאכן פון די באטע דורכפאל און פטור איין עסק.


ד. די רב וועט נישט דארפן פארשאפען תורות און זיכן אין דער אידישער ליכט מעשיות און קענען רוהיג אויסשלאפען אנצוגיין מיט די עבודת הקודש.


ה. פאריאר האט מען שוין אזוי געטאן ווען עס איז שוין געווען שפעט, לאמיר עס שוין יעצט מאכן און פארמאכן די מויל.


ו. עס איז נישט קיין סאטמאר זאך א באטע, און עס אזי קעגען רצון קדשו פון מרן רביה"ק זי"ע.


- יא פירן א באטע -


א. אפשר וועט אמאל קומען איין עולם.


ב. ווי קלענער די מענטשען אלס גרעסער איז די שמחה ווער עס וויל זיך משתתף זיין זאל קומען און פארטיג.


ג. די רב וועט האבן א טעם פארוואס ער שלאפט פרייטאג נאכמיטאג.


ד. מען קען ממילא נישט כאפן א בילד פונעם עולם קיין אהרוני וועט מען נשיט אריין לאזן, די זאל'יס וועלן נשיט דערציילן קיינעם, און "דער איד" וועט מען קען קענען שרייבן אז עס איז געווען טויזענטער.


ה. מען וועט זאגן אז די רב זאגט אז עס איז א ווישניץ זאך און די רב זאגט אז פון היינט איז עס אסור אין סאטמאר, אדער קען מען זאגן אז די רבי שליט"א לאזט מער נישט פירן.


ו. מען קען נישט זיין אנדערש ווי אלע רבנים אין שטאט וואס פירן באטעס אפילו זיי האבן נשיט קיין מזומן, ממילא זאל יעדער זאגן וואס ער וויל מען מיינט מיט די באטע בלויז צו מאכן א נחת רוח פארן רבוש"ע, איז וויפיל מענשטען נישט קיין חילוק.


וואס האלט דער עולם יא פירן אדער נישט?





תוקן על ידי - yones69 - 31/10/2004 22:04:25



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/10/2004 22:22 לינק ישיר 

פון פארגאנגענעם שבת איז נישט קיין ראי׳
ווייל דער עולם איז געגאנגען צו ר׳ ישרא–ל׳טשע האגערס באטע וואס איז פארגעקומען אינעם נייעם סקולענער ביהמ''ד אויף קיעפ סט. קארנער בעדפארד



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/11/2004 00:09 לינק ישיר 

מען "מוז" ווייטער פירן, נישטא וואס צו טראכטן אנדערש!

מען קען עס אבער פארשענערן...

איינס, מען זאל מאכן איינער זאל איבערזאגן "זאלי'ס" תורה, אזוי ווי עס איז געווען ביי רבינו שליט"א אז מ.ד.וו. האט איבערגעזאגט די תורה. בפרט ביי "זאלי" וואס דער עולם דארף עס זייער שטארק, ווייל נישט יעדער פארשטייט עס ביים ערשטן מאל...

מען קען אהינרופן אן איינגעשטעלטער וואס זאל זיך אויפשטעלן און זאגן אפאר ווערטער אינמיטן די "באטע"...

מען קען מאכן, אז יעדער וואס מאכט א "קידוש" אדער א "שלום זכר" די וואך, און ער וויל באקומען אן עלי' אין "איינער פון די "סאטמארער" בתי מדרשים" מוז קומען צו די "באטע"!

מען קען מאכן א "פאררערדיגע וואנט" אינמיטן "פאליש"!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/11/2004 00:12 לינק ישיר 

כא כא כא כא כא כא כא כא כא

WOTH A JOCK

יאנעש'ס מעשה האט מיר געקאסט א לאך, אבער וואס מעזדשאר פראבירט צי פארענטפערן, איז נאך בעסער פין אלעם

ווי זאגט די וועלט --- קאמאנטורן זענען איבעריג



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/11/2004 00:34 לינק ישיר 

איך ברעך שוין פון די משוגעתן...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/11/2004 00:55 לינק ישיר 

אלזא:
וואס שלאגסטו פאר ???

זאלי יא פירן באטעס אדער נישט?????????



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/11/2004 04:20 לינק ישיר 



די וואך איז געווען ביי די באטע 24 מענטשען די בזיונות איז געווען... נישט צו שרייבן...


אבער א זאלי זאגט מיר א טרייסט!


אז די רבי קומט אהיים די וואך וועט מען שוין זיין פטור פון די באטעס מיט די בזיונות...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/11/2004 06:13 לינק ישיר 

עצה טובה
די וואך וועט דער אברהם יצחק רבי פירן טיש אין ווילאמסבורג
איך מיין אז ער וועט נעמען דעם עולם
לכל הפחות דעם שבת זאל זלמן לייב נישט קיין באטע פירן
רייט ?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > באטע דאבעט: זאל זאלי ווייטער פירן באטע?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext