זיסקייט טייערע,
קודם כל וויל איך דיר זאגן אז די ביסט 100% גערעכט, לעצטע מאל וואס איך בין געוועהן אין ניו יארק (פאר 10 טעג) האב איך אנגעמאכט פארקינג טיקעטס פין כמעט 500$, איך בין ארויס פין דארט מיט א לאך אין טאש.
אבער דאס וואס דו טענה'סט אז אין ישראל איז דער מצב אנדערש, לאדען איך דיר איין צו מיין געגנט, וואס דארט שטייט טעגליך א פאליס, אין טיילט טיקעטס פאר א סטאפ סיין, אין ער שטייט מיט אויסגעלאשענע לייטס!!!
דער געזעץ איען מדינת השמד איז טאקע אז מעדארף האבן אנגעצודען די לייטס אגאנצע צייט, דעריבער האבן זיי געמאכט אז די רגע וואס מען דרייט דער שליסל פונם קאר, צונדט זיך אטאמאטיש אן די לייטס.
וואס טוען די ישראלישע חכמים, זיי באהאלטען זיך אין א זייט אין לעשן אויס די קאר!!! זיי טוען דאס אויך אויף די הייוועיס.
בדרך אגב, איז דא א נייעע זאך אין ישראל אז זיי שטעלן אוועק אויף די הייוועיס פאליס קארס פין פאפיר, אין ואונדער איבער וואונדער!! עס האט געהאלפן, דער עולם איז גאפארן שטאטער.
(מיין חבר איז לעצטענס אדארעך געפארן א פאליס וואס האט איהם געהייסן אפשטעלן, אין ער האט פארשטייט זיך נישט אפגעשטעלט, איז איהם דער COP נאכגעפארן, אין ווען ער האט איהם דעריאגט פרעגט ער איהם פ"וו ער האט זיך נישט אפגעשטעלט ווען ער האט איהם געהייסן, האט מיין חבר געזאגט: חשבתי שגם אתה מקרטון!!! )
 |
|
|