בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

דער רבי און דער רב שליט"א

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-10/11/2004 23:15 לינק ישיר 
דער רבי און דער רב שליט"א


ס'איז דא חסידים וואס רופן זייער מנהיג "רבי" און ס'איז דא וואס רופן זייער מנהיג "רב".

וואס איז די חילוק צווישן די צוויי אויב די מנהיג זייער איז א רבי פון חסידות פארוואס רופט מען עם רב, וכן להיפך.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/11/2004 23:25 לינק ישיר 

the poilushe un galitzyaner calling ruv
and the ungarishe calling rebbe



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/11/2004 23:30 לינק ישיר 

בעקרון די רבי'ס וואס זענען אויך געווען רבנים רופט מען רב, אין די וואס זענען נאר געווען גוטע אידען רופט מען רבי.

ביי חסידים זעגען גווען רבי'ס וואס זענען געווען מגידים האט מען זיי גערופען מגיד, ווי דער זלאטשובער מגיד, דער קאזניצער מגיד וכדומה.

אין די אונגערישע פלעצער האט מען גערועפן א רבי און א ראיש ישיבה אויך רבי.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/11/2004 23:35 לינק ישיר 


די גערער זענען פוילישע, אין זיי רופן רבי.

איך מיין אז די וואס מערופט זיי רב, זענען געוועהן רב אין שטאט אין אויך רבי, די וואס מערופט זיי רבי זענען נישט געוועהן רב, נאר א רבי, (למשל דער רבי פון לובלין, דער רב אין שטאט איז געוועהן דער אייזענער קאפ).

רעדענדיג מיט JEWBOY זאגט ער מיר אז ס'איז דא געוויסע גרויסע ראש ישיבה'ס וואס דער גאנצע וועלט רופט זיי ראש ישיבה, ווי למשל הרב שטיינימאן שליט"א, הרב קאפעלמאן לשיט"א (פון שווייץ).



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/11/2004 23:45 לינק ישיר 

בעלז רופט רב -- גאליציע
באבאב רופט רב-- גאליצעי



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/11/2004 23:59 לינק ישיר 


קענען איינע פון די באבובער באשטעטיגען צו דער רב איז אויך געוועהן רב פון שטאט, אדער נאר רבי.

בדרך אגב, איז דא אויך דער גארליצער רב זצ"ל ראפשיצער רב, וכו' וואס זיי זענען טאקע אויך פון גאליציע.

אבער ווי קומט צו א סעלישער פון אונגארען, זיך אויסצוקענען אין גאליציאנע רבנים???

ווער ווייסט וואו קלויזענבורג איז?? (מע'האט איהם איך גערופן רב)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/11/2004 00:08 לינק ישיר 

באבוב איז געווען רב אויך.

קלויזענבערג איז אין אונגארן, אבער איך מיין אז אלע צאנזע אייניקלך האט מען גערופן רב.

אידן פון די שטאדט סאטמאר האבן גערופן דעם רבי'ן רב, אויך די רעבעצין ע"ה האט אים גערופן אזוי.

דעם רבי'ן שליט"ט וואס ווי באקאנט האט ער נישט געלאזט מאכן א הכתרה ביז סןף ערשטע יאר, האט מען אים טאקע די ערשטע יאר גערופן רב, און אין צייטונג אדמור מסיגעט סאטמאר



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/11/2004 00:49 לינק ישיר 

אין גאליציע און אין פולין זענען די רבי'ס געווען רבנים פון די שטאט, אזוי ווי די ראפשיצער רב, צאנז, שיניאווא, וכו' און פולין אויך ווי גער, ראדאמסק.
באבוב רב ז"ל איז געווען רב אין באבוב, די היינטיגער באבוב'ער איז אויפגענומען געווארן אפיציעל אלס רב, א רב איז א חשוב'ע זאך ווי א רבי, ממילא רופט מען מיטן שענערן טיטול.
למעשה אין די אנדערע פלעצער זענען די רעבעס נישט געווען קיין רבנים (איך גיי נישט אריין ווי גרויסע ת"ח זיי זענען געווען) ממילא זענען זיי נאר געבליבן רעבעס.
פארוואס רב איז חשוב'ע פון רבי איז זייער פשוט, ודי למבין.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/11/2004 01:00 לינק ישיר 


אינערסאנט יאסעלע, איך האב קיינמאל קיינעם נישט געהערט רופן איינע פון די גערער רבי'ס "רב".
קאררעקט מי איף איים ראנג.

איבער די נושא וועלעכע טיטל איז חשובער, אמאל ווייס איך נישט. אבער היינט, קוקענדיג אויף די אזוי גערופענע "רבי'ס" פונעם היינטיגן דור, איז זיכער א "רב" מער א מכובעדיגן טיטל.

(באקאנט דער פאלקס ווערטעל: איינער טרעפט זיין חבר, זאגט ער איהם: וואס מאכסטע רבי?? ענטפערט ער איהם צירוק: פארוואס רופסטו מיר רבי? איך האב דיר דען באגאנבעט??)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/11/2004 02:55 לינק ישיר 

פאפא רב זיכרונו לברכה היינט פאפא רבי
דעם רבין זיכרונו לברכה רבינו יואל האט מען גערופן אין די וועלט סאקמער רב זיכרונו לברכה
גאלאנטער רב
סאמבורער רב
ערלויער רב
טאקאיער רב

ראחובער רב
מאקאווער רב



אין דעם אשכול ווערט געברענגט אלע הויפן

http://masoret.hydepark.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1169792


לפי ה א-ב


1. אונגוואר
2. אוסטרובצה
3. אלכסנדר
4. אמשינוב
5. אנטווערפן
6. אשלג
7. בובוב
8. בוהוש
9. בויאן
10. בוסטון
11. ביאלה


קצת סדר בביאלה.


1. ביאלה לוגאנו.
2. ביאלה ב"ב.
3. ביאלה ב"ב - י-ם.
4. ביאלה - שידלובצא.
5. ביאלה רמת אהרן.
6. ביאלה - שעדליץ.
7. ביאלה - פשיסחא - הר נוף.
8. ביאלה - פשיסחא - חיפה.
9. ביאלה - פשיסחא - רמת שלמה.
10. ביאלה - ב"ב - בורו פארק.


12. ביאלה - לוגנו
13. ביאלה - פשיסחה
14. ביצ'קוב
15. בלוז'וב
16. בעלז
17. בעליץ
18. ברסלב
19. גאלאנט
20. גור
21. גורליץ
22. דאראג
23. דושינסקי
24. הוסיאטין
25. וואסלוי
26. ווישיווא
27. ויז'ניץ
28. ויז'ניץ - מונסי
29. זוטשקה
30. זידיטשוב
31. זילברברג
32. ז'מירגד
33. חב"ד
34. חוסט
35. טאלנא
36. טאלנא - אשדוד
37. טהאש
38. טמישוואר
39. טשורקוב
40. טשכענאו
41. טשרנוביל
42. לאקעווע - וואלברוז'
43. ליז'נסק
44. לעלוב
45. מאקאווא – כפר אתא
46. מאקאווא
47. מודז'יץ
48. מונקטש
49. מישקולץ
50. מכנובקה
51. מעכעליסט'ן
52. מעליץ
53. משכנות הרועים
54. נאראל
55. נדבורנא
56. ניקלשבורג
57. סאדיגורא
58. סאטמר
59. סאמבורא
60. סאסוב
61. סוכוטשוב
62. סוקולוב - קוצק
63. סטרוז'ניץ
64. סטרופקוב
65. סטריקוב
66. סלאנים
67. סלונים
68. סערעט ויז'ניץ
69. ספינקא
70. ספינקא - כהנא
71. סקווער
72. סקולען
73. ערלוי
74. פאפא
75. פינסק-קארלין
76. פרמישלאן
77. פשעווארסק
78. פתח תקווה
79. צאנז
80. קאלוב
81. קאליב
82. קאמארנע
83. קאסוב
84. קאפישניץ
85. קארלין-לעלוב
86. קוז'ניץ
87. קוידינוב
88. קולשיץ
89. קלויזנבורג - צאנז
90. קרלין - סטולין
91. קרלין-לעלוב
92. קרעטשניף
93. ראדזימין
94. ראדזין
95. ראחוב
96. רדומסק
97. רחמסטריבקה
98. רימניץ
99. שאץ
100. שומרי אמונים
101. תולדות אברהם יצחק
102. תולדות אהרן
103. תולדות אהרן ומשה
104. תולדות יוסף
105. תולדות יעקב יוסף
106. תולדות צבי
107. תולדות שמואל
108. תרביצא





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/11/2004 03:43 לינק ישיר 

דאס איז די גאנצע רשימה?

אין בארא פארק אליין איז דא מער ווי הונדערט און אכט רבי'ס



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/11/2004 14:27 לינק ישיר 

זעהט זיך אויס אז אין גער צו זיין א רבי פון טויזנטער חסידים איז א גרעסערע כבוד ווי זיין א רב אין קליינטשיג שטעטל.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/11/2004 23:18 לינק ישיר 

You for got Tzelem, he used to be known as Tzelemer Rav, now they insist that he be called Tzelemer Rebbe Z"TL



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/11/2004 00:37 לינק ישיר 

יעצט האב איך גערעדט מיט מיין טאטע האט ער מיר געזאגט אז די גערער רבי'ס זענען טאקע נישט געווען רבנים.

נאך א זאך די רבנים, פלעגן גיין קאלפיק'ס די רבי'ס וואס זענען נישט געווען קיין רבנים זענען נישט געגאנגען קאלפיקס.
ניין א קאלפיק איז א רבנישע זאך נישט רביש.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > דער רבי און דער רב שליט"א
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext