| נשלח ב-11/11/2004 11:42 |
|
| |
דער ספינקער רבי שליט"א
1) וויפל ספינקער רבי'ס קענט איר?
2) וועלכע פון די ספינקער רבי'ס האבן די מערסטע חסידים?
3) אויף וועלכע גאס איז דא צוויי ספינקע שולן?
4) וועלכע פון די ספינקע רבי'ס האבן די בעסטע מצליח געווען?
5) אין וויפל שטעט אין דער וועלט איז דא ספינקע רבי'ס און בתי מדרשים?
|
|
|
|
| נשלח ב-11/11/2004 13:58 |
|
| |
די עכטא אוטענטישע איז אין רחוב סאלאנט בירושלים
|
|
|
|
| נשלח ב-11/11/2004 16:20 |
|
| |
oh please!
פארוואס איז כהנא מער אוטענטיש ווי אנדערע?
לדעתי איז עס הרה"צ ר' מאיר אלעזר ווייס פון 18טע עוועניו ברוקלין ניו יורק
|
|
|
|
| נשלח ב-11/11/2004 22:38 |
|
| |
boro park
flatbush
williamsburg
queens
jerusalem
bnei berak
antwerp
woodridge
south fallsburgh
london
האב איך עפעס אויסגעלאזט?
|
|
|
|
| נשלח ב-11/11/2004 22:43 |
|
| |
קרית יואל (ר' אייזיק)
|
|
|
|
| נשלח ב-11/11/2004 23:41 |
|
| |
רבי אייזיק איז רבי אין וויליאמסבורג און אין קר"י, איך מיין אז ער איז איינציגסטער וואס האט צוויי בתי מדרשים. (אפשר איז ער דער גרעסטער אויכעט?? )
עס איז אבער דא נאך איינע אין קרית יואל, איך געדענק נישט ווי אזוי ער הייסט, אבער ער האט א לאנגע וייסע בארד. איינער קען איהם דא?
|
|
|
|
| נשלח ב-12/11/2004 00:17 |
|
| |
ר' אשר ... כהנא, א זון פון ר' נחמן כהנא, ער ארבעט אין סאטמארע מצה בעקערי
|
|
|
|
| נשלח ב-12/11/2004 00:26 |
|
| |
הב' מ. כהנא שליט"א ר"י דברי יחזקאל (ספינקא - סטראפקאב)
|
|
|
|
| נשלח ב-12/11/2004 00:33 |
|
| |
איין סאטמאר , הרב אשר ישעי' כהנא ספינקא רבי קרית יואל
רבי אייזיק הורוויץ שליט"א אין זאלי-ספינקא רבי פון קרית יואל
גראדע האט ער נארוואס פארענדיגט א מיליאן דאללער'דיגע שוהל, מיט די הילף פון די זאלי'ס
א פלא אז זיי האבן אים געגעבן מער געלט, ווי פאר זייער אייגענע 'גרינע' שוהל
עס איז א פראכט פון א שוהל, א מקוה, מיט די 'האול ווארקס'
|
|
|
|
| נשלח ב-12/11/2004 00:43 |
|
| |
אויב מ'מוז אויסרעכענען ווער איז דער יורש האמיתי לבית סאפינקא איז פשוט אז ר' נפתלי ווייס פון בארא פארק איז דער וואס האט באמת דעם רעכט דערצו
דער חשבון איז פשוט
דער לעצטע רבי פון ספינקא פאר דער מלחמה איז געווען ר' יצחק אייזיק ווייס דער 'חקל יצחק' הי"ד
ר' הערשל'ע ספינקער זצ"ל איז געוועהן א זוהן פון רבי'נס 'איידעם' ר' אביש'ל הורוויץ ער אליין האט זיך מקודם נישט גערופען מיטן נאמען ספינקא נאר קראלע רבי אבער וויבאלד א סאך ספינקער חסידים אין אמעריקה האבען זיך געצויגען צו איהם האבען זיי איהם מכתיר געוועהן אלס 'ספינקער רבי'
בן אחר בן פון ר' אייזיק איז געוועהן ר' יעקב יוסף ווייס זצ"ל ער איז געוועהן דער יורש דאורייתא פונעם חקל יצחק אין ר' נפתלי איז זיין עלסטער זוהן בחיים,
די כהנא משפחה זענען אפילו נישט קיין אייניקלעך פון דעם חקל יצחק נאר פון אן איידעם פון דער אמרי יוסף (ר' יוסף מאיר ווייס אביו של ר' יצחק אייזיק) הגאון ר' נחמן כהנא זצ"ל אב"ד ספינקא און זיינע אייניקלעך רופען זיך אויך ספינקא רבי'ס
|
|
|
|
|
| נשלח ב-12/11/2004 01:03 |
|
| |
yohcee
if you're taking sides in the Spinka debate then I smell a rat:
why can there be only one yoresh? I myself am patial to Reb YY's other son, R' Meir from 18th Avenue, he's a tremendous Baal Chesed and Tzedakah and hasn't got a bad Chotzer going, either
|
|
|
|
| נשלח ב-12/11/2004 01:20 |
|
| |
ר' מאיר יעקב אינדיג איז פון די גרעסטע שטיצער (אויב נישט דער גרעסטער) פון ר' אייזיק, און ער האט אויך געגעבן א ריזן סכום פאר'ן ביהמ"ד, און ער איז א אהרוני, סא עס איז נישט קיין זאלי זאך.
|
|
|
|
| נשלח ב-12/11/2004 03:46 |
|
| |
אויב מע'רעדט שוין פון רבי אייזיק, איז קודם כל עס איז נישט א אהרוני פארטיי, און נישט קיין זאלי פארטיי.
ווער עס מאכט עס יא אויסקוקען ווי א זאלי סאב-פארטיי, זענען די שפיצער'ס, מרדכי הערש מיט יואלי, זיי זענען גרויסע רודערערס פין רבי אייזיק, און זיי זענען פארברענטע זאלי'ס.
דער בית המדרש אין מאנרא, איז צאמגעשטעלט מער ווייניגער פין די איינוואוינער אויף ליזענסק גאס, אהן קיין שום אפהענגיגקייט נישט צו רבי אהרן, אין נישט צו רבי זלמן לייב. ר' יוסל ניימאן - דער מייסד פון דעם ביהמ"ד, געהערט נישט צו רבי אהרן און נישט צו ר' זלמן לייב, נאר צו ספינקא.
אין חוץ פון דעם, צו די אלע חסידים פין רבי אייזיק (און צו די אלע חסידים פון אנדערע רבי'ס וואס זענען נספח צו סאטמער), איך פארשטיי ענק נישט, פארוואס דארפט איר סאטמער אז איר האט א עכטע רבי???? (no offence to satmer), לאזפ אפ דעם פאליטישע מחרחרי ריב פארטיי וואס הייסט סאטמער!!! טרעפטס ענק דאס פלאץ דארט ווי ענק זענען!!! פארוואס זיך אריינלייגען אין א קראנקע בעט???
קען זיין אז איך וועל עס נישט פארשטיין וויל איך בין נישט אויפגעוואקסן אין סאטמער, אבער אפשר קען מיר איינער מסביר זיין פארוואס דארף איינער האבען צוויי רבי'ס? למשל ספינקא אין סאטמער??
אין מיין קאפ גייט עס נישט אריין.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-12/11/2004 03:49 |
|
| |
יוסי
אבער די וואס האלטען אז ר' מענדלע אין ויזניץ און ר' זלמן לייב אין סאטמאר זענען די יורשים האלטען אז די איז עס אויך ר' מאיר פון אכצען אדער דער ברודער פון בני ברק.
|
|
|
|
| נשלח ב-12/11/2004 04:22 |
|
| |
עפשטיין
דער רבי פון 18 האט שוין געהאט זיין שול בחיי אביו ובברכתות דא רעדט מען נישט פון יורשים
stop mixing in Satmar into every conversation!!!
|
|
|
|
| נשלח ב-12/11/2004 04:55 |
|
| |
צבי
אמת די האסט נישט געליינט דעם תגובה אויף וואס איך האב מיך באצויגען?
|
|
|
|
|