| נשלח ב-14/11/2004 05:05 |
|
| |
היימישע ביזנעס ripoffs
איך וויל דא נעמען די געלעגנהייט צו טוען א געוואגטע שריט, אויב דער חשובער מנהל וועט ערלויבן.
אויב האלט איר אז עס איז דא ביזנעסן וואס נעמען עדווענטעדז פונעם עולם, ביטע פאסטן.
|
|
|
|
| נשלח ב-14/11/2004 09:54 |
|
| |
איך האב געקויפט א פלעסטיק רעגען קאט
מיט א שטריימעל האָד אין אזוי ווי איך האב עס אויפגעקנפעלט דאס ערשטע מאל האט זיך צוויי סנעפס ארויסגעריסען
גיי איך צוריק צום סטאר זאגט ער אז דאס ערשטע מאל ברויך מען אוילען די סנעפס ווייל עס איז זייער טייט
סארי פאר $22.00 מעג מען חאטש לייגען אינסטראקשענס אין געבען א בעסערע קוואליטי סנעפס
דאס קען מען נאר טוהן מיט אינז
|
|
|
|
|
| נשלח ב-14/11/2004 16:49 |
|
| |
13, דאס האט נישט צו טוהן מיטן פראדאקט, דאס האט צוטוהן מיטן אייגענטימער פון געשעפט, איך האב געהאט אקאראט די זעלבע זאך, איין סנעפ האט זיך מיר צוריסן בין איך געגאנגען צום געשפעפט ווי איך האב דאס געקויפט, זאגט ער מיר אז ער קען דאס נישט צוריק נעמען, אויף מיין פראגע "היתכן" עס איז ניי און דאס איז דעפעקטיוו, זאגט ער אז די עס איז געווען גיט ווען איך האב דאס געקויפט, בין איך געגאנגען צו א צווייט געשעפט ווי איך בין אויך א קאסטאמער און איך האב עהם געזאגט דעם אמת אז איך האב דאס ערגעץ אנדערשט געקויפט (אין א עמערדזשענסי) און ס'האט זיך צובראכן און יענער וויל דאס נישט צוריק נעמען, זאגט ער מיר אז ער פארשטייט נישט פארוואס ווייל די קאמפאני נעמט דאס גערן צוריק און טוישט עס אויף מיט א אנדערע, הקיצור ער האט מיר דאס גערן אויף געטוישט פאר א אנדערע און האט מיר געזאגט אז דער מאנעפעקטשערער האט שוין פאראכטן דעם פראבלעם,
|
|
|
|
| נשלח ב-14/11/2004 23:28 |
|
| |
ביטע נישט נוצן דאס פלאץ זיך אפצורעכענען מיט שונאים
אית דין ואית דיין
טראץ דעם וואס אין קהל יטב לב, זענען די ווערטער "ליידער" די צייטן נישט אין באנוץ
אבער נאכאמאהל, גיט אכטונג, אז איר גלייבט אין שכר ועונש, גיט אכטונג
היידפארק ווערט געזעהן, און פארציילט ווייטער, און ווערט צושפרייט פאר צענדליגער טויזענטער אידן
חכמים הזהרו בדבריכם
און נאכאמאהל, בשמוצן נאר אויב עס איז נישטא קיין אנדערע ברירה
|
|
|
|
| נשלח ב-14/11/2004 23:38 |
|
| |
איך האב אויך געהאט די מעשה אז די סנעפס האבען זיך צוריסען, און איך האב עס צוריקגעגעבען אהן א פראבלעם.
|
|
|
|
| נשלח ב-14/11/2004 23:43 |
|
| |
אינטרעסאנט, ביי יעדן צורייסט זיך עס נאר ביי מיר נישט? 
|
|
|
|
| נשלח ב-15/11/2004 00:13 |
|
| |
KJAlliance
חס וחלילה, מיר האבן נישט קיין שום חשבונות, להיפך, דער אויפטוה פון דעם "המעיל" איז לדעתי דער גרעסטער אויפטוה פארן היימישן ציבור אין א לאנגע צייט, ס'איז פשוט א עונג שבת, ביז דער המעיל איז ארויסגעקומען איז בשעת עס האט גערעגנט געווען ממש א עול ארויס צו גיין, מענטשן האבן געהאט גרויס שברי לב פארכטענדיג אז דער שטריימל וועט א תל ווערן, ביז עס איז געקומען ר' שלמה ר. און מזכה געווען דעם ציבור. מיט דעם גרויסן אויפטוה וואס איז אויסגעהאלטן לכל הדעות,
אבער זעלבסטפארשטענדליך אז כל ההתחלות קשות און יעדע נייע זאך האט צומאל פראבלעמען, און איבערהויפט אז מען וויל האלטן די נידעריגע פרייז, אבער עם כל זה לייגט ער אריין געוואלדיגע כוחות צו צושטעלן פארן ציבור א דבר השלם, דעריבער איז זכור לטוב ר' שלמה ר. וואס איז באמת געווען דער מזכה את הרבים, און מיר וואונטשן עהם מעומק הלב הצלחה רבה, ויישר כוחו והקב"ה ישלם שכרו בבריות גופא ונהורא מעליא.
און צו דיר KJAlliance קענען מיר נאר זאגן חכמים הזהרו בדבריכם, נישט אלעס מיינט פאליטיק אדער חשבונות, ואשרי מי שחושדין בו ואין בו.
|
|
|
|
| נשלח ב-15/11/2004 00:21 |
|
| |
לשון הרע און מוציא שם רע איז גילטיג אויך אויפן אינטערנעט, חכמים הזהרו בדבריכם, שפילט אייך נישט מיט פייער
|
|
|
|
| נשלח ב-15/11/2004 00:39 |
|
| |
זיי נישט אזוי הייקל
איך האב נישט גערעדט פון עבר
איך האב גערעדט בכלליות,
אז די גולשים זאלן זיך נישט צולאזן
און אז יעדער איז מסכים, יעדער באשטייט,
לאמיר נאכאמאל זאגן
חכמים הזהרו בדבריכם
|
|
|
|
| נשלח ב-15/11/2004 01:11 |
|
| |
11 איך האב בכוונה נישט געלייגט א נאמען אזוי אז עס זאל נישט אויסזעהן ווי איך מיין איינעם צו באשמוצען נאר ווען עס וועט אנקימען צום ריכטיגען פארשוין וועט עס האפענטליך האבען די תיקון וואס איך בין דא מעורר
KJ די ביסט גערעכט אז מען זאל זיין נזהר בכלליות למשל מיין גראסערי קויפט איין מער ווי אויף א קורצע צייט טאמער ער באקימט א ספעשעל, נאכדעם ווערט דאס אלט ווען איך קויף דאס, ווארף איך דאס ענדערש ארויס ווי מיך מאכען ביליג און צירוק טראגען
איך דערמאן אבער נישט קיין נאמען
|
|
|
|
| נשלח ב-17/11/2004 04:47 |
|
| |
באקומען אין אישי:
א וואונדער אז קיינער ברענגט נישט ארויף די אידישע באס קאמפאני'ס.
די סערוויס איז נישט ווערט קיין פעני, און אפילו ווען זיי נעמען מיך פאר א היטש וואלט איך געטראכט צוויי מאל פאר איך עקסעפט דעם "העפליכן" אויפנאמע.
|
|
|
|
|