היינט ב"ה איז דא א שפע פון סידורים מסידורים שונים.
בעיקר וואס איך וויל זען איז, וועלכע סידור איז די שענסטע אין אייער אויגן און ווען איר קומט אריין אין א ביהמ"ד וואס האט אן אויסוואל פון סידורים, וועלכע סידור וואלט איר גענומען.
איך רעד נישט פון קיין סידורים וואס די סיבה פארוואס איר דאווענט דערין איז די באזונדערע תוכן, נאר אויסדריקלעך די שיינקייט אדער געוואונהייט, בקיצור איר נעמט דעם סידור ווייל דאס איז שיין אין קלאר און די בעסטע ליינבאר אין אייער אויגען און פארשטייט זיך מ'קען די בעסטע מכוון זיין.
אט איז א ליסטע פון עטליכע מוציאים לאור און מאדעלען:
1) אשכול/מקור הברכה
2) וויינפלד/יסוד מלכות
3) וואגשאל-כפתור ופרח/תפילת יוסף
4) מיללער/בית תפילה
5) תפילת יעקב משולם
6) תהלת אברהם יצחק
7) תפילת כל פה
8) שמחה ואורה
9) באבאווע סידור (בארנפרוינד)
10) סידור החיד"א
11) עמדין בית יעקב
12) של"ה (נייע/אלטע)
13) עטרת
14) בעלזא
15) ארטסקראול
16) אחר... וועלכע
נשלח ב-15/11/2004 12:00
7) תפלת כל פה
ווייל דאס ליגט אין מיין דאווענען בייטל
15) ארטסקראול
נאר יו"ט ווייל איך קוק די ענגליש.
שבת, ווענדט זיך ווי די חמרא שטייט איין.
נשלח ב-15/11/2004 12:13
צלותא דשלמה, טאקע באבוב'ער נוסח אבער א הערליכע סידור, שיין אוסגעשטעלט.
טאמער קען איך נישט טרעפן איינס, נוץ איך נאר א תפילת כל פה.
נשלח ב-15/11/2004 14:10
"תהילת אברהם יצחק"
עס איז שיין. פראקטיש. און באקוועים.
ס'איז דא אלע סייזעס. איך נוץ די נייע מיטעלע סייז מיט די געלע בלעטער עס לעיזט זיך בעסער פאר די אויגן
ס'דאווענט זיך דערין געשמאק
און מען קען מכווין זיין
אלעס איז דארטן דא
נשלח ב-15/11/2004 16:33
יעקב משולם די קליינע
ווייל אזוי האב איך נישט טלית_בייטעל'ס פראבלעם ווייל מען קען עס האלטן אין די האנט אין מען דארף נישט קיין טיש.
ווייל עס האט זייער קלארע אותיות און אויך דינע בלעטער און נאך פארשידענע מעלות אינעם אויסלייג.
ווייל עס האט אין זיך אלע תפלות פון א גאנטס יאר.
נשלח ב-15/11/2004 17:42
קול יעקב איז די בעסטע פאנט
איבערן אויסשטעל וועל איך זיך דערווייל נישט דינגען
נשלח ב-15/11/2004 18:24
סידור תהלת ה'
ע"פ נוסח הארי ז"ל
all shapes and sizes
לעצטענס אינגאנצען איבערגעדרוקט
נישט דא נאך אזא שיינע ווי די אמאהליגע 'תיקון מאיר' מיט די glossy pages
צווייטע בעסטע איז קול יעקב
איך קאלעקט סידורים אלט אין ניי אין בין גרייט צו באצאלען תקלין טבין פאר א תיקון מאיר MINT CONDITION
נשלח ב-15/11/2004 19:49
מ'דערציילט אז די בית ישרא-ל האט ליב געהאט די "תיקון מאיר" און מ'פלעגט אים עס ברענגען פון אמעריקא
נשלח ב-15/11/2004 20:00
כ'האב אויך זייער געגליכן אלץ קינד די תיקון מאיר
(די קינדער פלעגן ליעב האבן אז ס'איז אנגעצייכענט ביי יעדן שטיקל "חזן" ווי דער חזן לאזט אויס...)
אבער אויב איך האב נישט קיין טעות איז די תיקון מאיר געווארן געדרוקט דורך היברו פאבלישינג וואס זענען נישט געוען קיין שומרי שבת
דאס איז דאן געווען די ראצפערטער'ס קעמפעין צו דרוקן זיינע סידורים די קרבן אשר
וואס איז געווען דערנאך די מערסע פארשפרייט אין די תלמוד תורות
אויך איז געווען אין יענע צייט
תפלת אברהם - תפלת יצחק - תפלת יעקב פון עטרת
ציגלעהיים'ס סידור (די קליינע וואס מ'האט געטיילט אויך שמחות)
תפלה ישרה
פון די מער לעצטיגע וואס מ'האט נאכנישט דערמאנט
שער אפרים סידור פון אהרן בלום א שיינער פאפולער סידור
ברכה ותהלה פון תולדות אהרן א שיינער קלארער נייער דרוק מיט'ן שילוב הוי' פאר די וואס זיכן דאס
דער ביאלער כתב אשורית סידור - זייער שיין און איז ארינגעקומען אנשטאט די אלעט פאפולער כתב אשורית וואס איז געוען ממש כתב יד געשריבן פון ר' אנשיל ברוין פון
תולדות אהרן ירושלים.