אמאל פלעגט זיין אז יעדער וואס פלעגט האבען א מעק אין געווען א FAN פון מעק פאר וועלכע סיבה דו האסט נאר נישט געוואלט.
מיקרוסופט איז דערגאנגען דעם סוד, אז מעק איז געמאכט אויסגעשטעלט אויף א ספָארטי אופן האבען זיי נאכגעמאכט פארשטידענע אויסשטעלינגען און וואונדער איבער וואונדער די מעק יוסערס זענען געקומען אין די מאסען צו נוצען PC.
איך בין געזיצען מיט איינער וואס נוצט א מעק סיסטעם שוין מסתמא 10 יאר, און ער האט געהאלטען אין איין אפדעטען, היינט צו טאג נוצט ער OS10 און אויך א PC.
אט זענען די פראגען וואס זענען געפרעגט געווארען מיט די תשובות:
א יעדער זאגט אז פאר גרעפיק מוז מען נוצען MAC, איז עס אמת?
אמאל פלעגט זיין אויף מעק בעסערע פראגראמען פאר גרעפיק איז עס געווען אמת היינט צו טאג נוצט מען אדובי פראגראמען ביי ביידע ממילא מיט די זאך איז נישט קיין חילוק, פארקערט לעצטנס טוט אדובי אובגרעדען זייערע פי סי פראגראמען אסאך שנעלער און נאר דערנאך די מעק.
איז די אדובי פראגראמען מער סטאביל אין מעק ווי אין פי סי?
ביי מיר קרעשט גאנץ אפט די מעק סיסטעם ווען איך נוץ פוטושאפ און איך רעסטאר און געענדיגט.
אלטץ וועלכע זאך וואסלטו יא ממליץ געווען צו נוצען מעק?
היינט צו טאג זעט מיר אויס גאנץ נאריש בפרט פאר דער וואס נוצט היברו צו נוצען מעק, פאר די פאלגענדע סיבות:
1) די הארדווער פון פי-סי איז אסאך ביליגער און מ'ערלאבט זיך אסאך בעסערע קאמפיוטערס און מער מעגעהערץ און מעמארי. איך נוץ לעצטענס גאנץ אסאך מיין פי-סי פשוט ווייל עס איז אסאך שנעלער (די מעק איז 700 און די פי-סי 1.8) זאל מיר קיינער נישט איינרעדען אז די 700 פון מעק איז שנעלער ווי די פי-סי 1.8 א חוץ אויב עס איז אויווער לוידעט מיט סאפטווער.
2) אויף פי-סי איז דא אסאך א גרעסערע אויסוואל פון יודישע סאווטווער און אויך עס קאסט נישט אזוי טייער, און דאס זעלבע איז לגבי פאנטס. און חוץ פון דעם רוב עולם נוצט דאס און א יעדע מאל וואס מ'באקומט א פייל פון איינעם הייבט זיך אן א גאנצע מעשה מיט'ן קאנווערטען.
3) ווען עס קומט צו ספרי קודש איז אפגערעדט, עס איז דא די פאר נארישע פראגראמען ווי רעדי-סעט-גוי און נייסעס וואס כדי צו מאכען א ספר דארף מען משקיע זיין שעות ע"ג שעות וואס ביי פי-סי קען מען מאכען ספרים אויף א גוטע פאר פראגראמען און אויף א גרינגען אופן. עס איז אפשר דא איינער וואס מאכט ספרים אויף מעק 'המעתיק', און מ'דערקענט עס טאקע אין זיינע ספרים...
*
נו יאסעלע יאלא לעבודה...
נשלח ב-15/11/2004 21:20
ענדליך א נארמאלע באזעסענע אשכול...
איך האב גערעדט לעצטנס צו א באאמטער ביי עדאובי, האט מיר יענער מודה געווען אז מעק איז גארנישט בעסער ווי פי-סי, נאר די נאכפאלגער פון מעק זענען ווי א קולט, גארנישט מער.
הודאת בעל דין כמאה עדים דמי.
נשלח ב-16/11/2004 20:17
איך האב געוואוסט אז איך וועל איין טאג מוזען דא אפגעבן דין וחשבון!
פאר איך הייב אהן וויל איך ענק זאלן וויסן, אז איך האב גענוצט ווינדאוס זייט 1995 אויף א 486 מיט ווינדאוס 3, ביז ווינדאוס עקס.פי אויף א 1.8 גהז. פענטיום 4. איך האב דארכאויס די יאהרן זיך אסאך אויסגעלערנט עכ"פ ווען מיינע פריינט האבן געהאט א פראבלעם האב זיי שוין געוואוסט ווי צו רופן (היינט זאג איך זיי אלע קויפטס א מעק).
פאר דריי יאהר צוריק האב געסוויטשט צו די מעק פלעטפארם ווען איך האב געקויפט די דעמלאטס פריש אנאנסירטע איימעק פלעט פענעל, עס האט פארמאגט א 700 מהז. G4 פראסעסאר (בערך אזוי שנעל ווי א 1.4גהז. פענטיום 4). אויף דעם איז געקומען מעק אפערעיטנג סיסטעם 10.1 קאודנאמען מיינעך איז געווען Puma היינט האלט עס ביי 10.3.6. יאגואר, אין 10.4 טייער איז שוין באלד אינטערוועגנס, וואס דארף צו זיי די עקוויוועלענט פון לאנגהארן וואס גייט ארויסקומען??? אין אין א יאהר אנדערטהאלבן.
פארוואס האב איך געקויפט א מעק לכתחילה, איז ווייל איך בין א גרעפיק דעזיינער, אין איך האב באקומען א דזאב ווי איך האב געדארפט אויס לערנען צו נוצען א מעק.
איך דא אראפברענגען כמה מעלות פון די מעק:
Power
די נייע G5 פראסעסאר יוניט'ס פון איי.בי.עם. איז פון די מערסט פארגעשריטענע פראסעסאר היינט צו טאג אינדערוועלט, עס ווערט איד סופער היי טעק פישקיל פאבריק פון א.ב.ם.
די סי.פיץיו איז 64ביט דאס ערשטע אזא גלייכו דעמאלטד אינדערוועלט, עי.עם.די. האט עטליכע וואכן שפעטער אויך באוויזן צו ארויסקומען מיט א 64ביט ס.פ.י. אבער ווינדאוס האט נאך נישט געהאט 64ביט אפערעיטינג סיסטעם פאר דעם, פארשטייט זיך אז אלע סאפטוועיר מוז ווערן איבערגעשריבן.
ווען סטיוו דזאבס (עפל'ס סי אי או) האט אנאנסירט אט די נייע סי.פי.יו. אין יוני 2003 האט א דועל 2גהז. מעק, האט ער עס געשטעלט פאר א רעיס מיט צוויי פיסי'ס איינער א דעסקטאפ 3גהז. פענטיום 4, דער צווייטע א דועל 3 גהז. זיאון וואקסטעישאן. די מעק איז געווען מעהר ווי צוויי מאהל אזוי שנעל, אין דאס איז געווען א 32ביט פוטושופ נישט אפטימייזעד, היינט איז מסתמא נאך שנעלער. די G5 האלט היינט ביי דועל 2.5גהז. איך האב די נייע דועל 2גהז.
Ease of Use
די מעק סיסטעם איז זייער יוזער פרענדלי, אין דער צייט וואס א געווענליכע ווינדאוס נוצצער ווערט צומישט און צוחושט און די קאנטראל פענעל, דארף מען זיין זייער א גרויסע האר נישט צו פארשטיין מעקס קאנטראל פענעל, עס ממש א מחיה, מען דארף זיך ננאר צוגעוויינען, מיר האט עס גענומען א וואך צייט בערך.
Stability
מעק או. עס. 10 איז פונדאמענטל איבערגעשריבן אין יוניקס קאוד, יוניקס איז היינט צו טאג די שטערקסטע אין די בעסטו אפערעיטינג ססיסטעם, איין חסרון האט יוניקס עס האט נישט קיין יוזער אינטערפעיס אלעס איז קאממענד, או.עס.10 האט ביידע מעלות די סטעביליטי פון יוניקס און די שיינקייט פון איר גואי אינטערפעיס. די מעלה איז אז או.עס. 10 קראכט נישט, וואס הייסט צו קראכט נישט? א קאר קראכט אויך ווינדאוס אויך, די חילוק איז ווען דיין קאר קראכט נעמסטו עס צו דיי מעקעניק ער פארעכט עס און צו פארט ווייטער, ווינדאוסס פארקערט איז ווען די קויפסט ווייסטו שוין אז עס גייט קראכן, מען קוואטשט קאנטראל אולט דיליט, און עס ארבעט פאר נאך אפאר טאג, מעק איז אזוי ווי דיין קאר, אז עס קראכט האט עס פראבלעים, פיקס דעם פראבלעם וועט עס ווייטער ארבעטן. די זעלבע איז מיט מעק.
Looks
עפל האט א גבורה ווען זיי געבן ארויס אן אייטעם, קענסט שטעלן אויפן קאפ, קיין שענערס וועסטו נישט טרעפן, אנגעהויבן האט זיך עס מיט די ארגינעלע איימעק, ס'איז געווען אזוי שיין אז קיטשען אפלייענס קאמפאניס האבן אנגעהויבן נאכצומאכן, אזוי ווייטער מיט די אנדערע אייטעמסא מעק האט נישט קיין שום פראבלעהם צו ליגן אין דיינינג רום, אדרבה, עס געט נאך צו!
Security
מעק איז זייער סעקיור, עס איז 1024 מאל שווערער צו דיקאודן די מעק יוזער נעים און פאססווארט פון דער פון ווינדאוס, נישטא קיין וויירוסעס, נישט קייןספייוועהר, ןכל שום חניכא דאית להון.
Use
מעקס ווערט גענוצט און די פאלגענדע מארקעטס, פאר כמה סיבות,
FBI
CIA
NASA
סיבה איז זייער פשוט, או.עס.10 איז היינט צו טאג די מאוסט סעקיור או.עס. נישטא קיין איין ווירוס (ווינדאוס האט 70.000 ענד קאונטינג). און עס קראכט נישט, שטעל דיך פאר מען שיקט א שאטעל, און מען דארף מאכו קאנטראל...
ספרים האט מען געדרוקט אויף מעק אסאך פאר ווינדאוס. דער געוועזענער גלעון כרם שלמה האט מען געטייפט אויף א מעק, אזוי האב איך אמאל ארויסגעגבן א ספר געמאכט אויף מעק, איך גלייב נישט אז די וועסט זעהן א חילוק.
קודם כל האט אדובי א ביטער הארץ אויף עפל, ווייל עפל האט זיי ארויסגעשטויסן פון די ווידיאו עדיטינג מארקעט, עפל איז היינט די טאפ, אדובי מאכט שוין כמעט נישט קיין ווידיאו אפפס. פאר מעקס, קען מען פארשטיין אזא סטעיטמענט.
נאכמער אדובי האט עס אפיציעל געזאגט פאר בערך אנדערטהאלבן יאהר צוריק, איך גלייב נישט אז היינט ווען די G5איז שנעלער פון פי סי, אז וואלטן געאגט אזוי, חוץ טאמער מיט וועמען די האסט גערעדט ווייסט נישט וויאזוי א מעק זעהט אויס.
נשלח ב-16/11/2004 21:31
אודה ולא אבוש אז איך ווייס נישט די אלע שמות נרדפים וואס דו שרייבסט וואס זיי מיינען, איך קען פראבירען זיך מתייחס צו דעם עצם ענין אז איינער וואס וויל וויסען וואס עס איז אים כדאי צו קויפן זאל ער הערען פון ביידע צדדים.
POWER:
איין זאך דארף מען קודם קלאר מאכען אז GHZ איז די זעלבע זאך סיי ביי א PC און סיי ביי א MAC, די חילוק איז נאר אויב די קאמפיוטער ניצט ריסארסעס פאר אנדערע זאכען למשל ווינדאויס קאנטראלירט מער זאכען ווי מעק אוטומאטיש ארבעט עס שטייטער.
איך צייכען דא א לינק פון א טראסטעבל סייט וואס איז נישט קיין FAN פון MAC און זיי זענען אביעקטיוו און זיי האבען אויסגעטעסט די פוטושאפ אויף פי-סי און מעק און ביי פי-סי איז עס געגאנגען שנעלער:
http://reviews.cnet.com/Apple_Power_Mac_G5_dual_2_5GHz/4505-3118_7-30912295-2.html?tag=top און דאס וואס דו שרייבסט אז G5 איז שנעלער איז מגוחך אדער פשוט דו פארדרייסט די מציאות ביודעין...
Ease of Use:
אין עקס-פי דארף מען כמעט גארנישט וויסען כדי עס צונוצען
Stability:
קודם כל יוניקס און לינוקס קען ארבעטען אויף פי-סי אויך און עס איז דא שיינע גואי אינטערפעיסעס פאר דעם פון אסאך קאמפאניס לעצטנס איז דא פון SUN MICRO SYSTEMS אויך אויף היברו אסאך גוטע און נוצבארע פראגראמען.
אין די אובנדערמאנטע לינק שרייבען זיי אז די מעק סיסטעם האט געקראכט:
We did crash once while downloading video from a MiniDV tape and a few times with Squeeze
ביי מיר קען איך זאגען אז מיין קאמפיוטער קרעשט אפשר איינמאל א חודש וואס איך זאל דארפען רעסטארען (אז די פראגרעם זאל ווערען סטיף מאכט זיך מסתמא 2 מאל א וואך) איך נוץ פוטושאפ אינדעזייען אילעסטרעטער אקראבאט6 אויף איינמאל און עס ארבעט א מחיה.
ביי מיין חבר וואס האט א מעק פריזט עס יעדען טאג לפחות איין מאל און רעסטארען דארף ער לפחות דריי מאל א וואך (ווען ער נוצט די אלע אויבנדערמאנטע פראגראמען פון אדאבי אויף איינמאל).
איך מיין ארויס צו ברענגען אז די מושג סטעבל איז שוין היינט נישט קיין ארטיקל, ווייל XP איז אויך סטעיבעל.
Security:
דאס ווייס איך נישט, איך האב נישט קיין פראבלעם מיט קיין וויירעס איך נוץ מקאפי אנטי ווירוס.
Use:
איך ווייס נישט וועלכע סיסטעמס די קאמפאניס וואס דו רעכנסט אויס נוצען, איך גלייב אז זיי נוצען אייגענע אפערעיטינג סיסטעמס.
*
עס קען זיין אז אמאל פלעגט ארויס קומען ערשט פראגראמען אויף מעק, אבער די צייטן האבען זיך געטוישט און היינט צו טאג קומט אלעס ערשט ארויס אויף פי-סי.
דאס וואס דו שרייבסט:
קאמפאניס וואס האבן מעקס, געברויכן נישט קיין איי טי מענדשער B&H פלעגט נוצען מעק און אוי ווי זיי האבען געדארפט א איי טי מענעדזער ביז זיי האבען ענדליך געדראפט די מעק און זיי האבען לעצטענס אריבער געסוויטשט צו פי-סי.
און זענען שענער. איך בין זייער צופרידען מיט מיין מאשין עס איז זייער שיין, עס קען טאקע זיין אז מעק איז שענער. אבער מיין קאמפיוטער איז אין מיין ביזנעס און אין דיינונג רום האלט איך דיינונג רום פורניטשער וואט דו איי קעיר אויב עס אזוי געקנייטשט אדער אזא קאלער די עיקר עס טוט וואס איך דארף.
מאכן ווייניגער פראבלעימען, איך בין נישט זיכער
איז אידיאט פראף. קען זיין...
-
איך בין נישט זיכער אז 'המעתיק' נוצט מעק, נאר לויט זיין אויסשטעל זעט עס מיר אויס אזוי, איך מיין דיר ארויס צוברענגען אז מ'קען יא דערקענען צו ס'איז געמאכט מיט די ריכטיגע פראגראמען צו מאכען ספרים אדער מיט א ווארד-פראסעסער אדער א בוק לעיאויט פראגראם.
מיין מסקנה איז:
אז פאר איינער וואס וויל דעזיינען אין היברו אדער מאכען ספרים איז אסאך נארמאלער צו נוצען פי-סי סיי אלטץ עס איז דא א גרעסערע אויסוואהל פון אותיות און פון פראגראמען און סיי אז די הארדווער ווערען שנעלער אפדעיטעט און עס ארבעט שנעלער און עס איז אסאך ביליגער.
פאר ביזנעס נעטווארקינג יוז איז אסאך מער סטעיבל יוניקס סיסטעמס אדער סיקוול סערווער אדער SUN סיסטעם.
תוקן על ידי - כורמיזא - 16/11/2004 21:39:46
נשלח ב-16/11/2004 22:13
על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון!
קודם כל Cnet איז אפיציעל אנטי מעק, סא וואס ברענדגסטו א ראיה פון דארט!!!
אינטעל האט שוין אויך מודה געווען אז Ghzהאט נישט מיט שנעלקייט איינגעלייגט.
ווען איך דארף מיין קאמפיוטער זאל קאנטראלירן פוטושופ, דארף איך נישט ער זאל קאנטראלערן האך צוואנציג זאכן.
גיב עקס.פי. פאר דיין שווערס טאטע וועסטו שוין געוואויר ווערן ווי לייכט עס איז.
דא סוואס די זאגסט אז דיין פיסי קראכט איינמאהל א חודש אין די מעק דריי מאל אוואך. גיי איך אפילו נישט ענטפערן ווייל עס איז א פשוטע ליגנט, אדער נוצטו נישט דיין קאמפיוטער, אדער איז יענער מעק חרוב קראנק.צונד אהן אין עקספי, אילוסטרעטיאר, פוטושאפ, אין דיזזין, קארעל דראו, אמעיל סאפטוועיר, אייטיונעס, קאלקוךעיטער, און ארבעט אויף זיי קאנסטאנטלי. בקיצור הייב אהן צו נוצן די פאוער פון דיין קאמפיוטער אויף פאל. וועסטו שוין געוואויר ווערן וואס מיינט קראכן. גוד לאק טו יו באדדי.
אינטערסנאט אז B&Hאדווערטייזט אין מעהר מעק מעגעזינס ווי פיסי מעגעזיננס??
אינטערהאלטן האב איך געמיינט פאר קאמפאניס, ווי אלט איז דיין קאמפיוטער???
דיי קאר איז שיין, דיין סוט איז שיין, פורניטשור אין דיין אפיס איז שיין, אלעס מוז זיין שיין, דיי קאמפיוטער נישט. הלמאי???
מאכן נישט ווייניגער פראבלעמע ביזט נישט זיכער??? איך יא!!!
המעתיק נוצט יא מעק, איך האב שוין עטליכע צאל געדילט מיט זיי.
איך האב מיר אויסגעלערנט איין זאך: א זאך וואס יעדער איינער האט. איז נישט די בעסטע? איי די אייפאד!? יו גאט מי דהער.
נשלח ב-16/11/2004 22:48
מיין קאמפיוטער איז 2 יאר אלט.
איך נוץ עס בערך 8 שעה א טאג.
די חילוק פון דיר מיט מיר איז זייער פשוט, די ביסט א חסיד פון מעק און איך נישט. איך בין נישט קיין חסיד פון פי-סי, אבער אויך נישט פון מעק. איך העיט מייקראסאפט פראגראמס און איך נוץ עס טאקע נישט אחוץ די אפערעיטינג סיסטעם עקס-פי וואס דאס איז א גוטע אפערעיטינג סיסטעם און עס דינט מיר א מחיה.
איך האב שוין פריער געשריבען אז מיין קאמפיוטער איז שיין, און איך דארף נישט עס זאל זיין מער שענער, ווייל עס גייט מיר באמת נישט אן, און דאס איז נישט קיין סיבה צו צאלען א דאלער מער עכ"פ אין מיין אויגען.
אוי... כ'האב פארגעסן צו שרייבן.
די אייפאד ארבעט בעסער אויף מעק!!!!!
נשלח ב-17/11/2004 02:29
רי יוסעלע איך פיר היינט א גאנצע פרינטינג שאפ (פאר לארג' פארמאט פרינטינג) אין איך ניץ נאר פי סי איך ווייס נישט וואס די זאגסט אז ס'קראכט איך האב שוין מיין קאמפיוטער באלד 3 חדשים און סהאט נאך קיינאיין מאל נישט געפריזט אין נישט געקראכט אין ביי מיר איז אפען א גאנצן טאג
EXPLORER, PHOT SHOP, ILOSTRATOR, PREPS, QUICK BOOKS, ,WORDS, QUARK, ACT, COREL DREW אין אוי איך האב פארגעסן די וויכטיגסטע EAGLE RIP, ACROBAT PRO,
נשלח ב-17/11/2004 10:15
אינטערסאנט איז אז רוב מער יוזערס זענען חסידים.... פארוואס??? ווייל די חיצוניות איז איינס אין דערוועלט...
ס'איז נישט שייך צו זיין קיין חסיד פון פי-סי ווייל עס איז דא הונדערטע קאמפאניס אויף די זעלבע זאך (ס'האט אזא פנים וויא איינער וואס איז א חסידישע אבער באלאנגט נישט אין קיין שום קרייז).
און פון מייקראסאפט וויאזוי קען מען זיין א חסיד ווען זייערע פראגראמען זענען נישט סטאביל. אבער וואס איז גוט איז גוט.
קוק ווי לאנג די נעטסקעיפ יוזערס האבען זיך געהאלטען פעסט ביז איין טאג האבען זיי איינגעזען אז זיי זענען פשוט צוריק געשטאנען און עקספלארער איז אסאך שנעלער.
איטערסאנט איז אז די טעסט פון סינעט איז רילייעבעל אבער טעסט פון עפל נישט... פארוואס??? מעק וועט קיינמאל נישט מפרסם זיין זייער דארעך פאל, אבער סינעט יא ווייל ס'איז נישט זייער דארעך פאל נאר די דארעך פאל פון די קאמפאני וואס האט דאס געמאכט.
אינטערסאנט איז אינטעל M טשיפס זענען פונקט אזוי שנעל ביי האלב שי קלאקסייקל פון די פענטיום טשיפס... פארוואס??? איך האב נישט אדארעך געטוהן דעם ענין
אינטערסנאט סוויטשערס פון פיסי צו מעק איז דא לרחצה, פארעקרט כמעט נישט... פארוואס??? ווייל פי-סי יוזערס זענען דא מסתמא 5000 מאל מער, כדי עס זאל זיין ניכר אז עס איז דא סוויטשערס פון מעק דארף עס זיין 5000 מאל מער סוויטשערס.
קוק ענדערשער וויפיל נייע יוזערס נעמען מעק און וויפיל פי-סי, איך ווארט אז די זאלסט ענפערען גלייך אויף גלייך און מיט דעם האט מען געשלאסען די ויכוח...
איטערסאנט אפיס פאר מעק איז בעסער ווי פאר ווינדאוס... פארוואס??? איך ווייס נישט די מציאות.
אינטערסאנט ווער עס זעהט די פאוער פון מיין מעק גייט ארויס פון התפעלות פון זייער אייגנס נישט... פארוואס??? אפשר ווייל זיי האבען ליעב די סטריט לייט ביים קארנער...
קאמפאניס לאזן זיך אפ פון מייקראסאפט אין ריקן זיך צו לינאקס אין מעק... איטערסאנט!!! צו לינוקס יא פאר אסאך סיבות, צו מעק נישט (למשל B&H האט דאס געדראפט).
ווען די קויפסט א פיסי דארפסטו צו קויפן, אנטי ווירוס, אנטי ספאם, אנטי ספייועהר, אנטי אהער אנטי אהין, מעק נישט... אינטערסאנט!!! עס איז מיט געקומען מיט מיין קאמפיוטער איין סאפטווער פאר אנטי ווירוס און מער פון דעם דארף איך נישט און איך האב נישט.
מעק איז געווען די ערשטע צו נוצען, פלאפי דרייווסף סי די, נעטווארקינג, ווייפיי, בלוטוט, די.ווי.די., זיפ דרייוו, ... איטערסאנט!!! רוב יוזערס האבען דאס נישט געדארפט און זיי האבען געצאלט פאר גארנישט.
ביי פי-סי קענסטו קאסטאמייזען פונקטלך וואס דו דארפסט און געענדיגט. די הארדווער איז געווען צו באקומען גלייך ביי פי-סי אויך.
ווען וח טרעפסט אן איטעליגענטער גוי, צו א סענאטאר, מעיאר, אא"וו רוב באנוצן זיך מיט מעק... אינטערסאנט!!! איך טענה שוין לאנג אז די אמעריקאנע אינטעליגענטע גויים זענען שכל פריי
איך פיל אז דו ווערסט אביסעל נפגע.. איך וויל נישט אז דו זאלסט דיר פילען אומבאקוועם דא פראביר צו קוקען ביי דיר אליין אויב דו ביזט נישט קיין MAC FAN, למעשה האסטו נישט געשריבען קיין עכטע סיבות אריבער צו גיין צו מעק נאך דערצו אז היינט איז פי-סי אסאך שנעלער, און מעמארי איז אסאך ביליגער.
מיר גייט נישט אן צו די האלטסט פון פי-סי אדער מייקראסאפט איך קוק צו ס'איז גוט און ס'קען מיר דינען, און ווי גרעסער די קאמפאטישען איז, איז דאס א טובה פאר מיר.
נשלח ב-17/11/2004 12:33
איך דארף גיי ארבעטן איך וועל ענטפערן אויף די אובענדערמאנטע זאכן (היינט אדער מארגען) , אבער אויף דעם וויל איך יא ענטפערן יעצט:
"איך פיל אז דו ווערסט אביסעל נפגע.. איך וויל נישט אז דו זאלסט דיר פילען אומבאקוועם דא פראביר צו , למעשה האסטו נישט געשריבען קיין עכטע סיבות MAC FANקוקען ביי דיר אליין אויב דו ביזט נישט קיין אריבער צו גיין צו מעק נאך דערצו אז היינט איז פי-סי אסאך שנעלער, און מעמארי איז אסאך ביליגער.
מיר גייט נישט אן צו די האלטסט פון פי-סי אדער מייקראסאפט איך קוק צו ס'איז גוט און ס'קען מיר דינען, און ווי גרעסער די קאמפאטישען איז, איז דאס א טובה פאר מיר."
יא איך בין א גרויסע מעק פען (איך האב א עפל סטיקער אויף מיין קאר) די עכטע סיבה אריבער צו גיין צו מעק איז זייער פשוט, איך דאווען אין ביה"מ, אין די פאקט ווייזט אז איינער וואס האט א פיסי האט מיט אינטערנעט האט יא אפטע פראבלעהמען, איך האב די אלע יונגעלייט לכתתחילה געאזט קויפט'ס ענק א מעק, אבער זיי האבן מיר נישט געפאלגט, איך האב נישט קיין טענות ס'איז זייערע דיסיזשאן, היינט קומען זיי מיר זאגן יוסעלע: נעקסט וואן איז עי מעק!
יא א פיסי איז ביליגער, אבער א פיסי איז אויסגעשטעלעט צו אסאך מעהר פראבלעהמען, די אפשר נישט, אנדערע (אסאך) יא, ווען די נעמסט א פיסי מעגעזין, פיסי וואורלד אא"וו, האבן זיי א טראבלשוטינג עריא, ריכטיג? פארוואס? ווייל א נארמאלע פיסי קראכט, דיינס נישט ביסט א בר מזל: וועסט קיינאל נישט טרעפן איינעם פרעגן דארטן, "מיין קאמפיוטער האט געקראכט דריי מאל לעצטע וואך" ווייל דאס איז גאנץ א נארמאלע זאך, ביי מעק (סיסטעם 10) איז דאס נישט נארמאל והא ראיה מיין 700 מעגאהערטז איימעק, האט געקראכט סך הכל צוויי מאהל, אין עס איז געווען דארט א פראבלעים און עס איז יעצט מסודר, שטעל דיך פאר אויף א 700 מהז. קאמפיוטער האב איך גענוצט קאנסטאנטלי קריעטיוו סוויט סי עס. קורעל דרו, ועוד... אויף די לעיטסט סיסטעם. ס'איז געווען שטאט אבער איט די היז דזאב. נעם היינט א 700 ממהז. פענטיום לייג ארויף עקס פי, מיט די אויבנדערמאנט סאפטוועהר, לאמיר זעהן די פערפארמענס!!!
זאג מיר א סיבה פארוואס צו קויפן א פיסי, צו האבן די אלע פראבלעימען, איך ווייס אזוי פיל די אלע וואס קויפ מעק'ס, וועללן קיין ווינדאוס מער נישט אנקוקן, וואס זענען זיי משוגע? נארוואס זיי זעהן איין אז ווי האב איך געקענט זיי משוגע אזוי פיל יאהר.
וועגן דע בין איך א חסיד, ווייל עפל מאכט א זאך, טראבל פרי, ממש א מחיה, איך זאג מיינע חברים קויפט עפל, וועט איר האבן וויינגיער פראבלעימען.
ביי די וועי סי נעט איז אנטי מעק, פון דארט טוה מיר א טובה ברענג נישט קיין ראיה!
זאג מיר ייעצט אפאר סיבות "נישט" צו קויפן א מעק!
(איך בין נישט באליידיגט, אדרבה איך האב הנאה יעדע מינוט)
בכ"ר
יוסעלע
נשלח ב-17/11/2004 12:44
די עכטע סיבה איז פשוט ווייל עס איז טייער און מ'קען באקומען אסאך בעסערס פאר העלפט די פרייז.
און אויך עס איז לימיטיד מיט היברו סאפטווער.
(ס'איז אמת אז איך בין מער אנטי מעק ווי פרא פי-סי)
איך גלייב אז דו פארשטייסט פארוואס מ'קען נישט גלייבען מעק מיט זייערע טעסטס (עכ"פ סינעט איז מער באגלייבט).
ווען מעק וועט האבען אן אויפען מארקעט אזוי ווי פי-סי און די דעוועלעפערס וועלען דעזייענען זייער סאפטווער פאר עס וועל איך אפשר טראכטען ביי מיין נעקסטע קאמפיוטער.
איינער האט מיר געזאגט אמאל אז ער נוצט MAC מיט די WINDOWS פאר מעק און ער נוצט נאר ווינדאוס פראגראמען...
נשלח ב-17/11/2004 12:51
איך האב פארגעסען דיר צו שרייבען אז בעצם האב איך געעפענט דעם אשכול נאר ווייל איך האב געזען אז אין יעדע געלעגנהייט טיסטו פאדערען אז די עולם זאל אריבער צו מעק, און איך האב פארשטאנען אז דו ביזט א MAC FAN. איך האב חברים וואס זענען אויך FANS פון מעק אבער לעצטענס רעדען זיי זיך אפ אז זייערע קאמפאטישען'ס וואס האבען פי-סי'ס יאגען אן אסאך מער ווי זיי סיי מיט פאנטס און סיי מיט פראגראמס וואס זיי קענען נישט עפארדען צו קויפען אפגרעידס.