| נשלח ב-16/11/2004 16:17 |
|
| |
FBI IN KY VILLAGE OFFICE
I JUST HEARD THAT THE FBI IS REMOVING FILE CABINETS
FROM THE HOUSING OFFICE
|
|
|
|
| נשלח ב-16/11/2004 16:32 |
|
| |
געלויבט איז דער הייליגער באשעפער.
איר האט געוואלט פרעזידענט בוש? דא האט איר אים.
די עף בי איי זוכט פיילס פון 120 מענטשן וואס האבן סעקשאן 8.
לעבן זאל בוש!
|
|
|
|
| נשלח ב-16/11/2004 16:59 |
|
| |
זיסקייט, ביי קלינטאן'ס צייטען האט מען דאס אויך געטוהן, איך מיין אז עס האט גארנישט קיין שייכות מיט'ן פרעזידענט.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/11/2004 17:16 |
|
| |
עס האט דירעקט יא א שייכות. די בוש אדמיניסטרעישאן זוכט צו שניידן סעקשאן 8 פראגראם דורך אראפווארפן מענטשן פונעם פראגראם, וועגן דעם פירן זיי דורך אינוועסטיגעישאנס, ספעציעל אין אידישע געגנטער, ווי עס איז שוין געווען באריכטעט אין די צייטונג און בלאט די לעצטע פאר וואכן.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/11/2004 18:11 |
|
| |
זיסקייט
ס'איז אמת אז דער בוש אדמיניסטראציע זיכט פטור צו ווערן פון סעקשון 8 אבער עס איז א קרימינאל אקט צו נוצן די FBI פאר פאליטישע צוועקן REMEBER NIXON?
אויב די האלט'סט אז בוש נוצט די FBI אויף דעם אופן, רופ שנעל די FBI זאלען גיין זוכען פיילס אין די ווייסע הויז
|
|
|
|
|
| נשלח ב-16/11/2004 18:49 |
|
| |
Ziskeit
אזוי נאריש צו רעדן?
you think Bush has nothing better to do than bother with a few Heimishes 2 weeks after the election?
you think the Pres. tells the FBI all the time exactly what to go after?
לאז זיך אפ!
|
|
|
|
| נשלח ב-16/11/2004 18:52 |
|
| |
דו ארבעטסט אפשר פאר
Jerry Nadler?
|
|
|
|
| נשלח ב-16/11/2004 18:55 |
|
| |
קוק ווי איינגערעדט "זיסקייט" איז, און זאג מיר ווער איז משוגע, די וואס האבן געוואוט פאר בוש אדער פאר קערי?
|
|
|
|
| נשלח ב-16/11/2004 19:05 |
|
| |
ליהוי ידוע אז אינספעקטארס דרייען זיך ארום אין אידישע געגנטער שוין די לעצטע פאר וואכן. זיי זאגן קלאר פאר יעדן וואס פרעגט זיי, אז לויט די נייע בוש אדמיניסטרעישאן האוזינג רעגולעישאנס פירט די רעגירונג דורך ברייטע אויספארשונגען אויף סעקשאן 8 געניסער איבעראל, צו כאפן פארלעצער.
זיי קומען אין די אידישע געגנטער ווייל דארט זענען קאנצענטרירט אסאך סעקשאן 8 געניסער.
אמת טאקע עס האט גארנישט מיט בוש בעצם. ער אפרואווד נישט די סעקשאן 8 רעגולאציעס. איך ווייס נישט אויב ער ווייסט אפילו וואס סעקשאן 8 מיינט. עס האט צו טאן מיט זיין קאנסערוואטיווע אדמיניסטרעישאן.
ווען ס'איז דא א גרויסער דעפיציט דארף מען שניידן פון אלע פראגראמען, און דאס איז די קאנסערוואטיווע וועג פון שניידן פראגראמען.
ווער ס'גלייבט מיר נישט קען טאן די זעלבע זאך וואס איך האבן געטאן, רעדן צו די ווילידזש אפישעלס פון קרית יואל און צו די האוזינג אינספעקטארס וואס דרייען זיך ארום איבעראל נישטערן און זוכן.
תוקן על ידי - ziskeit - 16/11/2004 19:11:52
|
|
|
|
| נשלח ב-16/11/2004 19:14 |
|
| |
ווי שטארק איז בין מחולק אין דעמאקראט ווערסעס רעפובליקען
מיט זיסקייט
אבער דא האט ער א גרויסע פוינט מיט איין זאך, און פאלש מיט די צווייטע
דאס איז קלאר, ווער עס וויל עס נאר איינזעהן, אז די בוש אדמיניסטראציע זוכט צו האקען סעקשאן 8, און איינע פון זייערע וועגן אין אנהייב שטרענג נאכקוקן דעם סיסטעם, און שווער מאכן צו באקומען
אבער די צווייטע חלק דערפון אז ס'האט עפעס קעגן אידן, און סאום האו האט עס מיט אנטיסעמעטיזם, איז וואזיניג א אונטערשאצונג
דער פראבלעם איז אז ליידער ליידער טראכט מען נישט פון מארגן, און אז די רעגירונג גיט, נעמט מען, און ווען עס ווערט ערנסט, כאפט מען זיך ביים קאפ, אז אפשר, וואס איז ביליג איז טייער
אבער מיט דעם איז אויך "זיסקייט" גערעכט, אז די אלע פוד סטעמט, וויק, סעקשאן 8, עקסטרעם רעפוליקען'ס זענען גארנישט מער ווי היפאקריטן
לאמיר קלאר מאכן, איינער וואס האט "באמת" נישט קיין געלט, און ער נויטיגט זיך "באמת" אין די סעקשאן 8 טשעק, איז אוודאי מותר צו נעמען - איך וועל נישט באהאנדלן די חסד לאומים חטאת ענין - אבער די אלע וואס ספענדן רעכטס און לינקס, פאר א שיינע הויז, שיינע קאר, שיינע קליידער, פארנישטשור וכולי, און נאכדעם האבן זיי נישט קיין געלט און דארפן "נעבעך" אנקומען צו סעקשאן 8,
פאר די לעצטע איז היינט א גוטע צייט איבערצוטראכטן, צו עס לוינט טאקע
מער אין א קומענדיגע געלעגענהייט, ווייל עס איז באמת צייט זיך אויפצווועקן
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-16/11/2004 21:28 |
|
| |
עקלוסיוו פון א ווייסער
די איי זשי'ס אפיס פון האד האט שוין געזיכט איבער א האלב יאר צו אראפווארפן פארשידענע סעקשאן 8 און ק"י
און פון מידעלטאון אפיס האבן זיי אראפגעווארפן שוין באלד 10 מענשטן פון ק"י
און וומס איז נישט בעסער, די האד אפיס שיקט די טעג פאר יעדן א בריוו אז ווער עס האט א הויז פון די שטאט מיז אונטערשרייבן אז ער גיט רשות פאר האד צו קוקען אלע רעקארדס פון דעם איינוואונער און אלע רעגירונג אפיסעס פון העלט ביז מאטאר וויקעל, ווער עס שיקט עס נישט צוריק געסיינט דער פליהט ארויס פונעם פריווליגש און ווער יא דארף אלעס קלאפען א מיליאן
זיי זוכען צו רייסען פונעם האד בוזשעט וויפיל מען קען, און דורך קוקען צו אלעס שטימט פליהט מען ארויס
צוזאגן אז עס האט מיט בוש איז סתם נאריש ווייל די ערשטע שניט איז געווען פון קלינטאן און יאר 1998 און זייט דאמאלטס שנייד מען וויפיל מען קען, אלעס צו באלאנסען דעם בוזשעט
שולדיג באמת זענען די קאנגרעסס לייט פון די האוזינג קאמיטע ווי למשל וואלש פון אפסטעיט און וואלעסקעז פון וומס
זיי קענען העלפן און טוען גארנישט, בלומבערג דער ביליאנער האט געדונגען א שטודיע פירם און סעפטעמבער וויאזוי פטור ווערן פון די האומלעס סעקשאן 8 און אומר ועושה עס אפגעשטעלט
ער פלאנט צו געבן א נייע סארט וואטשער פאר האומלעס וואס זאל פארמינערט ווערן יעדע יאר מיט %20
במילא זאל יעדער וואוטען פאר בלומבערג וואס העכערט "אלע" שטייערן און גיט זילטש נאדא, און טוט זיך אויף מיט טייערע דעוועלאפמענטס פון וומס
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-16/11/2004 22:40 |
|
| |
הלוואי ווערט מען שוין פטור פון דעם סעקשאן 8 מגפה, וואס האט נאך שאדען געמאכט פאר דעם וואוינונג פראבלעם אין נו יארק.
דער אייבישטער זאל העלפען אויפן וועג זאלען אידען גארנישט ליידען, אבער למעשה האט קלינטאן'ס אדמיניסטראציע דורך קאומא שטארט גערודפט די וואס געניסען פון סעקשאן 8 אבער ער האט זיך בשעתו בעיקר פארלייגט אויף די האד בילדינגס און נישט אויף די פריוואטע מענטשען.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/11/2004 23:21 |
|
| |
זיסקייט דאס אז בוש שנייד עס דוקא אגעקן אידן איז עס נישט אמת, און אפילו יא, פארוואס זאל בוש געבען געבען בענפידס פאר ני יארק ווען זיי האבען נישט געשטימט פאר אים? פאר פלארידא און טעקסאס וכו' שטעלט ער צו סערוויס, אבער פאר ני יארק? זאל דשאן קערי צושטעלן!
|
|
|
|
| נשלח ב-17/11/2004 00:42 |
|
| |
וואס איז געווארן דער סוף?
|
|
|
|
| נשלח ב-17/11/2004 01:28 |
|
| |
בנוגע קלינטאן צו בוש
זיסקייט קענסט אפשר באשולדיגן גינגריטש
אבער דער מציאות, אז אין גאנץ אמעריקא, פון 1994 ביז 2000 איז גארנישט צוגעקומען צו די סעקשאן 8 ראל
אמת, מענשטן האבן באקומען, ווייל אנדערע זענען אראפ פון סעקשאן 8, אבער סאיז נישט צוגעקומען "גארנישט" צו די טאטעל נאמבער פון סעקשאן 8 סלאטס
וואוט פאר קלינטאן אין 2008
|
|
|
|
|