סהייסט סילווערפיש כפלעג אויך ליידן דערפון און מקען כמעט גארנישט טאן
קענסט רופן א עקסטערמינעטער אבער זיי גאראנטירן נישט אז סוועט נישט צוריק קומען
זיך אליין ספראווען דערמיט האט אויך נישט געהאלפן, כהאב ערשט פרובירט נאכלויפן אבער די חברה האבן טויזענט פיס און זיי לויפן שנעלער ווי מיר מיט מיין הויקע... זיי זענען געפערליכע בחורים, כפלעג זיי טרעפן אויף מיינע העמעדער און אסאך מאל אינדערפרי אויך אין די שיך... צירל האט עס נישט אויסגעהאלטן, צום סוף האב כגעניצט קאכעדיג בריהעדיג וואסער, פון דעם גייען זיי א גאנג אויפן פלאץ, בדוק ומנוסה
גרייט נאר צו האנטוכער בעפאר ווייל ביי מיר האט דער שכן פון אונטען געמאכט שרעקליכע קולות וברקים אז סרעגנט ביי אים אראפ (אדער מאך עס אין א טאג ווען סרעגנט סייווי)
הצלחה רבה
|
|