חתונה ביי הרב מענצער שר השתדלנים והעסקנם
דעם דאנערשטאג נאכט קומט פאר אין זאל פון עטרת אברהם אין וויליאמסבורג א גרויסארטיגע חתונה, בבית הרבני הנגיד ר' יונתן יוסף מענצער שליט"א, דער שר העסקנים והשתדלנים פונעם יהדות החרדית אין ניו יארק.
די חתונה ציט מאסן אידן וואס קומען אויסדרוקן הכרת הטוב וואס שטייט צו הילף פאר יעדן איד בעת צר, סיי פאר מוסדות, סיי פאר יחידים, און פארן גאנצן כלל.
באזונדער באטייליגן זיך הונדערטער רבנים, רביים און ראשי ישיבות, וועלכע דער שר השתדלנים והעסקנים הרב מענצער העלפט ארויס ביי יעדע געלעגנהייט.
זייענדיג א מקורב למלכות, וואו ער האט שוין באוויזן צו לייסטן גאר אסאך לטובת אחב"י, האבן זיך אויך אנגעזען ביי די חתונה הויכע רעגירונגס באאמטע מיט וועלכע ער שטייט אין נאנטן קאנטאקט און זיי זענען גוט באקאנט מיט זיינע מעשי צדקה וחסד וואס ער טוט און ווענדט אן פאר זיינע אידישע ברודער אין גאנצן ניו יארק.
צווישן די איבעריגע איז געקומען דער הויכגעשעצטער גאווערנער פון ניו יארק, דזשאדזש פאטאקי, ביי וועמען הרב מענצער האט שוין יארן אן אפענע טיר ארויסצוהעלפן אידן. דער גאווערנער איז געזעסן א לענגערע צייט אויסצודרוקן זיין אנערקענונג פארן חרדישן אידנטום און פארן שר העסקנים והשתדלנים פון יהדות ניו יארק.
(עטליכע פון די קעצעלעך, ח. ווערצבערגער וכת דילי' זענען געקומען אומגערופן צו די חתונה און פרובירט צו שפרינגען צו צוקומען נאנט צום גאווערנער. וועלנדיג ווייזן אז זיי זענען די אידישע פארטרעטער פון וויליאמסבורג).
ווען פאטאקי איז ארויסגעגאנגן פון זאל איז פונקט אריינגעקומען הגאון הצדיק דער סאטמאר רב שליט"א פון וויליאמסבורג, פאטאקי האט באגריסט דעם רב און געשיקט א גריס פארן סאטמארער רבי'ן שליט"א און פאר די גאנצע סאטמארער געמיינדע.
די חתונה איז באמת א הערליכע און שיינע וואו חרדי'שע אידן פון ניו יארק פרייען זיך מיט אינאיינעם מיטן געשעצטן אריסטאקראט וטספר המרומם, דער שר פון שתדלנות ואוצר החסד פון אחינו בני ישראל אין ניו יארק.
 |
|
|