| נשלח ב-21/11/2004 17:18 |
|
| |
א שבת אין נירוונה האטעל ים המלח מיט ....
מצורף קובץא שבת אין נירוונה האטעל ים המלח
דאנערשטיג נאכמיטאג 12:00 ווארט מען נעבן בניני האומה (ירושלים) אז די באס זאל אנקומען, ענדליך די באס קומט אן און מ'גייט ארויף, עס גייען ארויף מענטשן אויפן באס פון אלע מיני קרייזן, אנגעהויבן מיט די תוא"י לבוש ביזן געשטריקטן קאפל. ירושלימער, ניו יארקער, חסידישע, ליטווישע, ספרדישע, אלטע, יונגע.
מ'פארט ארום אנדעטהאלבן שעה און מ'קומט ענדליך אן צום מעכטיגן נירוונה האטעל וואס איז אין די ים המלח געגענט, ווי פארשטייט זיך מ'ווראט אין ליין אויפצופיקן די קארטלעך (שליסלעך) וואס עפענט די טיר, פיינעלי נאך ווארטן קנאפע א האלבע שעה איז אויך אנגעקומען מיין רייע, מ'פרעגט מיין נאמען, איך זאג זיי מיין נאמען אופס ס'איז נישט איינגעשריבן אזא נאמען ביי אונז, איך קאל אן מיין חבר איך זאג עם די פראבלעם, און ער זאגט לאמיר רעדן צו ש. אוקיי. איך געב איבער די טעלעפאן פאר ש. און מ'הייסט מיר וווארטן אין די זייט, אוקיי. איך האב צייט. ס'גייט נישט אריבער קיין 3 מינוט מ'רופט מיר "אוקיי ס'איז ערלעידיגט". איך באקום מיין קארטל וואס מאכט אויף די טיר איך פאר מיר ארויף מיטן עלעוועיטער די פיהר שטאק (בחסד), און וואס יעצט? פארשטייט זיך אז פארן זיך אויספאקן דארף מען קודם מאכן אפאר בילדער, שוין איך נעם ארויס מיין (ג)טייערע בילדער אפאראט אין מ'שאָט אפאר שאַטס.
איך קום אן אונטן אין לאבי יעך הייב מיר או ארום צו שפאצירן פאר נייגער זעהן וואספארא מיני מענטשן ס'איז דא, דא. איך שפאציר מיר אזוי געמיטלעך כאפ א בליק דא, כאפ א בליק דארט, און גארנישט פארשידענע מענטשן, פונדערווייטנס זעה איך א באקאנטן פנים, די פנים זיינע איז מיר זייער באקאנט און איך קען מיר נישט דערמאנען פון ווי, יענער האט מיר אויך געמערקט און קומט צו, צו מיר מיט א שלום עליכם, איך קוק עם אן און איך געב עם צוריק עליכם שלום, און איך רוף מיר גלייך אן צונעם אייער פנים איז מיר זעהר באקאנט באט כ'קען מיר נישט דערמאנען פון ווי, שוין ער הייבט פרעגן שאלות, איך זאג יא, ניין, אפשר. געב איך עם א פרעג וואס ער טוט פאר פרנסה? זאגט ער דאס און דאס, אוקיי איז מנהסתם קענען מיר זיך פון דארטן ווייל איך בין שוין געווען דארט און איך האב אייך גענוצט אויך.
שוין מיט איינעם געטראפן:
איך שפאציר מיר ווייטער געמיטלעך, זעה איך זייער א באקאנטע פנים דא בין איך שוין צו געגאנגען צו יענעם מיט א ברייטע שלום עליכם וואס מאכט מען? איר זענט געקומען ספעשל פון מאנטריאל פאר דעי וויקענד? און יענער זאגט יא, אביסל וואקאציע וואס שלעכט? איך זאג ניין, אדרבא איך פריי מיר זייער שטארק דיר צו זעהן.
שוין מיט צוויי געטראפן:
צוביסלעך צוביסלעך טרעפ איך נאך און נאך מעמנטשן, ביי מנחה האב איך געזעהן נאכאיינעם וואס די פנים זיינע האט מיר אויך זייער שטארק געקלינגען, מיר האבן זיך געטוישט בליקן, און צום סוף צוגעגאנגען איינעם צום צווייטן, און זיך געגעבן שלום, פון ווי קומט א יוד? אייער פנים איז מיר קענטיג? איך קום פון וויליאמסבורג! איך געב עם א פרעג, ספעשל פאר די וויקענד? זאגט ער, יא! און ער פרעגט מיר אויס ווער בין איך? איך זאג דער און יענער, און איך פרעג עם צוריק ווער זענט איר, און ער האט מיר געזאגט.
שוין מיט דריי געטראפן:
מער אזוי נאכמיטאג צייט בין איך געגאנגען כאפן א שווים אין די דעד-סי בעדער, שרייט מיר איינער פון אונטן העי ג'ובוי וואטס אפ? יעך בין צוגעגאנגען צינעם און געזאגט הער מיר גוט צו, איך האב א נאמען אויך און קענסט מיר רופן ביים נאמען, שוין ער האט מסכים געווען, העט ער ווען נישט מסכים געווען העט ווען געווען צרות.
דאנערשטיג נאכט איז געווען א שטיקל קאנצערט מיט גרויסע חזנים, און מיטן באוויסטן חזן – זינגער אברמי ראטה, חזנות איז איינס פון די זאכן וואס איך האב זייער נישט ליב, באט כ'האב געהאט קאמפאני דארט בין געבליבן.
פרייטאג איז שוין געווען מער א מעס דארט מיט כל מיני מענטשן, כ'האב געטראפן זייער אסאך באקאנטע פון ישראל, בארא פארק, מאנסי, לאנדאן, קרית יואל, וויליאמסבורג, טראנטא, מאנטריאל, קווינס, און מנהסתם איז געווען מענטשן פון נאך פלעצער וואס כ'קען זיי נישט, פרנצויזיש האב איך אויך געהערט אסאך רעדן דארט.
ביי טועמהו איז געווען עסן מיט א שפע, פאטעיטע / לאקשן / מעיהל / עפל / צוויבל קוגעל. רייז, פערפעל, מאקראני, סמעש פאטעיטע. וועג'טעיבל'ס איז געווען ביי א יעדע מאלצייט אלע מיני וועג'טעיבלס פון וואס א מענטש קען נאר טראכטן איז געווען דארט, און נישט פלעין געווען נאר מיט א שפע.
פרייטאג נאכמיטג איז אנגעקומען אונזער באליבטן ליפא'לה דער עולם האט עם אויפגענומען מיט א ברייטע שלום עליכם ווי עס ברויך צו זיין, ליפא האט מיר געמערקט פונדערווייטנס, ער האט יעדן אפגעלאזט און צוגעקומען צו מיר נעמען שלום, מיר האבן זיך זייער געפרייט איינעם צום צווייטן שוין זעהר לאנג נישט געזעהן, ס'איז געווען דארט חבר'ה וואס האבן אונז אנגעקוקט פאני וואס האט ליפא מיט דעם שמעקער דארט? ס'גייט נישט אריבער קיין מינוט צוויי און א אונטער חכם רופט זיך אן דארט געטס א קוק ליפא רעדט מיט ג'ובוי מיר האבן זיך נישט געמאכט וויסענדיג און מיר האבן ווייטער פיין פארברענגט.
פרייטיג צונאכטס:
די גאנצע לאבי איז געווען פיהל מיט קליינע טרעוול קענדל'ס שבת לעכט. ס'איז געווען א נחת צו קוקן אויף די שיינע לעכט וואס האבן אזוי שיין געשמייכלט, ס'באט אויסגעזעהן ווי גריסן פאר יעדן עקסטער מיט א גוט שבת.
דאס דאווענען האט גענומען זייער לאנג נישט פאר מיינע נערווען, ווי איך האב אויבן געשריבן איך האב נישט ליב חזנות, ס'איז געווען דארט נאך אזוינע ווי מיר, און מיר האבן געמאכט אליינס א מנין. שפעטער זענען ווער ס'האט געוואלט גיין הערן א שטיקל חזנות אריין אינעם גרויסן שול.
נאכן דאווענען איז געווען א נחת צו קוקן אויף די מענטשן וואס קומען ארויס, יעדער האט געגריסט דעם צווייטן מיט א גוט שבת, ס'האט געהערשט א מוראדיגע אחדות צווישן עולם. ענד דאנט געט מי ראנג, ס'איז געווען דארט מענטשן פון אלע מיני, איך בין ספעשל געשטאנען ביים טיר צו זעהן די גאנצע עולם וואס קומט ארויס.
ס'איז געווען.
חסידישע, ליטווישע, ספארדישע, האלבע רעקלעך מיט טיי'ס, האלבע רעקלעך אן טיי'ס, בעקיטשע'ס מיט היטן, בעקיטשעס אן היטן, בעקיטשע'ס מיט שטריימלעך און מיט טיי'ס, בעקיטשעס מיט שטריימלעך, בעקיטשעס אן שטריימלעך, געשטריקטע קאפלעך מיט רעקלעך, געשטריקטע קאפלעך אן רעקלעך, קראך היטן מיט בעקיטשעס, קראך היטן אן בעקיטשעס, הויכע ביבער היטן, פלאטשיקע ביבר היטן, בענדאונס מיט האלבע רעקלעך, בענדאונס מיא לאנגע רעקלעך, בענדאונס מיט בעקיטשעס, בעקיטשעס מיט צוויי קנעפלעך אין די בעק (פראק), חסידישע בעקיטשעס.
די סעודות שבת איז געווען צוגעשטעלט כיד המלך.
וויין, גרעיפ דזשוס.
ווייסע חלה, ברוינע חלה, פיהלע ווייץ חלה, גרינגע חלה, בילקעלעך, גרויסע חלות, באונס
סעמען פיש, קארפ פש, געפילטע פיש, שארפע פיש, געפילטע מיט צוקער, געפילטע אן צוקער, געפילטע מיט חלה, געפילטע אן חלה.
טחינה, חומוס, שארפע חריין, נישט שארפע חריין, חריף, לעטערס, טאמעיטא דיפ, קיוקאנבער'ס, טאמעיטא, רויטע / גרינע / געלע פאפריקע, צוויבל גמישט מיט טאמעיטא, צוויבל, רויטע צוויבל, גרינע בעיבי צוויבל, רעטעך, און נאך אסאך כ'דענק שוין נישט.
טשיקן זופ, וועג'טעיבל זופ, לאקשן, (טשיק פיס איז נישט געווען) די באקסעדיגע כ'דענק נישט וויזוי ס'הייסט.
הארטע / ווייכע בהמה פלייש, טשיקן, טורקי, ראלאדאש, שישקאבאב, ברוינע ראלאדאש.
פערפעל, רייז, סמעש פאטעיטע, צימעס, לאקשן מיט ברעיזל, נאקעלעך, געפילטע פאפריקע, און נאך.
11 מיני קעיק'ס 6 מיני קאמפוט, 4 מיני אייזקרים/סעס.
שפעטער נאך די סעודה איז מעו אריבער אין ביהמ"ד און דארט איז געווען א באטע אנגעפיהרט דורך ליפא שמעלצער, געפירט האט ער די באטע אויף זייער א שיינעם וועג, ווארימע / חסידישע ניגונים, דער עולם האט זייער הנאה געהאט, ס'איז אויך דעווען דארט א פייטן ר' אלי' אוזן הי"ו וואס האט געזינגער ספרדישע ניגונים, ר' איטשע מאיר הלפוגט הי"ו וועלטס בארימטער חזן, האט אראפ געלייגט זייער שיינע שטיקלעך און חזנות, דער זינגער און בעל תפילה ר' אברמי ראטה הי"ו האט אויך זייער שיין געזינגען נוסח אשכנז, און אזוי אויך האט אראפ געלייגט שיינע שטיקלעך ר' אהרן שלמה ווייסמאן הי"ו.
מ'האט גענדיגט דעם באטע נישט צו שפעהט און נישט צו פריה, ס'זאל זיין גענוג צייט צו שלאפן און אויך מ'זאל קענען אויפשטיין צו זמן קר"ש.
המשך יבוא בל"נ
אויפן בילד:
אברמי ראטה מיט אלי לאופר ביים זינגען

 |
|
|
|
|
| נשלח ב-21/11/2004 17:52 |
|
| |
גו'בוי האסט נישט וואס צוטאן מיט די צייט נאר צו האלטן קאפ וואספארא עסן עס איז געווען צוגעשטעלט.
די קוקסט שוין באלד אויס ווי די מושב זקנים אידן וואס ציילן די קאר'ס.
נישט אזוי?
|
|
|
|
| נשלח ב-21/11/2004 19:34 |
|
| |
jewboy. good article
where is the pictures? j.b
|
|
|
|
| נשלח ב-21/11/2004 20:55 |
|
| |
Jewboy,
Tell me if I'm wrong. You seem to be somebody who has friends all over the world, and somebody who likes to take life easy. Enjoy each and every moment and take the heat when it comes.
|
|
|
|
| נשלח ב-22/11/2004 00:58 |
|
| |
ישר כח JEWBOY פארן באריכט, עס זעט מיר אויס א געשמאקע וואקעשאן, פארוואס האסטו אונז נישט פארציילט פאראויס? אפשר וואלט איך אויך געפארען?
איך האף אז די גייסט אויך באשרייבען דעם המשך פונעם שבת מיט דיין גאלדענער פעדער.
|
|
|
|
| נשלח ב-22/11/2004 01:44 |
|
| |
דזשובוי, מען דארף מאכן א שבת התאחדות פאר אלע מעמבערס.
אין ארץ ישראל אדער אמעריקע.
אפשר פאנגסטו אן צו טאן דערינען?
|
|
|
|
| נשלח ב-22/11/2004 03:03 |
|
| |
באיזה עיתון תכניס את התמונות?
האם היו שם רבנים שיכולים להכנס לכל העולם כולו?
|
|
|
|
| נשלח ב-22/11/2004 22:12 |
|
| |
המשך:
שבת קודש
8:00 אזייגער האט מען זיך געשטעלט דאווענען, אין די זייט איז געווען נאך א מנין אויך אכט אזייגער די קליינע מנין איז געווען א עקספרעסס מנין ארום ניינע צייט האט מען גענדיגט. די גרויסע מנין האט גענדיגט ארום 11:30. פון 8:00 ביז 10:15 איז געווען צוגעשטעלט קאווע, טשאקלעד מילק, מיט קעיק'ס פארן עולם, ס'איז געווען אפשר 7 מיני קעיק'ס.
11:30 איז מען גאגענגען צום סעודה. און יעצט האב איך מיר אויך געשטעלט ביים טיר זעהן וואספארא מיני טליתים דער עולם האט.
ס'איז געווען:
טערקישע, איין שורה'דיגע עטרות, פיהר שורה'דיגע, געפלאכטענע, שפיגעלדיגע, זעקס שורה'דיגע, קעסטילדיגע, רינדעכיגע, אן קיין עטרות בכלל. טליתים מיט שווארצע ליינס, בלויע, ווייסע, גרעי.
סעודות שבת:
חלה, פיש, סאלאטן, אזוי ווי געשריבן אויבן. פלאָס איז געווען 4 מיני הערינג צופרי, קרעקערס מיט זאלץ, קרעקערס אן זאלץ.
ברוינע אייער, ווייסע אייער, אייער מיט צוויבל, אייער אן צוויבל, צוקוועטשטע אייער, גאנצע אייער, טשאפליווער, געשטיקעלטע לעיבער, נישט עכטע לעיבער.
טשולנט מיט בהמה פלייש, טשולנט מיט טישקן פלייש, טשולנט אן קיין פלייש בכלל, טשולנט מיט גערשטן, טשולנט אן גערשטן, גערשטן מיט טשולנט זאפט, זיסע קישקע, געפעפרטע קישקע, פאטעיטע קוגל, OVER נייט פאטעיטע קוגל, פאטעיטע קוגל איינגעווייגט אינעם טשולענט.
פלייש אזוי ווי געשריבן אויבן, פלאָס קאלטע פלייש פונעם נעכטיגן זופ.
קעיק, אייזקרים, קאמפאט, אזוי ווי געשריבן אויבן.
די זינגען ביי די טישן איז געווען מוראדיג, ס'איז געווען דארט דריי טישן פון ניו יארקער מיר'ער חסידישע בחורים זיי האבן זייער שיין הארציג געזונגען, א טיש נעבן מיר האט מען געזינגען קארליבאך ניגונים, אויף א צווייטע טיש האט מען געזינגען ווישניצער ניגונים, פון דער ווייטנס האט זיך געהערט די סאטמארע ניגונים, פון רעכטס האט מען געהערט סקווערע ניגונים, פון לינקס האט מען געהערט באבוב'ער ניגונים, א קיצור פון יעדע זייט האט מען געהערט אנדערע חסידישע – ליטווישע – ספארדישע ניגונים.
שבת נאכמיטג:
א חלק עולם איז זיך געגאנגען צו לייגן מקיים זיין דעם שינה בשבת תענוג, און א חלק עולם האבן שפאצירט אינעם געגענט, ווי אויך האב איך געזעהן ווי מענטשן שפאצירן אינמיטן וואסער אויף די זאלץ, ס'איז דא דארט אזוינע אינזלען פון זאלץ, ס'איז זייער אינטרעסאנט און געשמאק צו וואקן אויף עס. ס'האט זיך געמאכט אסאך קליינע מיניינים מנחה, די מעין מנין איז געווען 4:00 .
שאלעשידעס:
עודך וועג'טעיבל'ס, 6 מיני הערינג, געפילטע פיש, ביינער פיש, קעיק'ס, סאלאטן, אייזקרים, אייסעס, 5 מיני חלה, ג'עם, פינאט באָדער.
ס'האט זיך צאמגערוקט אפאר טישן און מ'האט גענומען זינגען צוזאמען אנגעפירט מיטן זינגען האט ליפא ס'איז געווען א מורא'דיגע התעוררת די עלטערע יודן האבן געלאזט טרערן, מיטן זאגן א דבר תורה האט מען מכבד געווען ר' ווייס נישט זיין נאמען הי"ו, מיט איין ה' מלך האט מען מכבד געווען אברמי ראטה מיטן צווייטן איטשע מאיר העלפוט און מיט שמע ישראל עמנועל תהילה דער רב הקהילה. מיטן בענטשן האט מען מכבד געווען דעם גבאי פריימאן פון ירושלים עיה"ק. מעריב איז געווען זייער אסאך מניינים, נאך יעדע מנין מעריב האט מען געמאכט הבדלה.
מוצ"ש
מוצ"ש איז געווען די ספא אפען פאר מענער און די ווייבער האבן געהאט עפעס אינטערטעימענטס.
איך בין געגאנגען מיט א חבר (א הייד פארק מעמבער) מוצ"ש אין ספא, ס'האט אויסגעזעהן דארט א געהעריגע מקווה, קולות מיט שווייס פון די דעכער, די ערד איז געוועם נאס, איך זאג פאר מיין חבר, דאנערשטיג איז געווען אסאך געשמאקער דא, מיין חבר זאגט מיר נו וואס קען מען טוהן האסט דאך געוואלט קומען דא? ניין?. יא יא איך האב נישט קיין טענות, שוין אונז טוה מער זעך אן די בעדינג סוט (פארוואס הייסט עס בעידינג סוט? איז עס דען א סוט?) און מ'טראכט ווי קען מען גיין דאס ערשטע, איך געב א בליק ארום, שוין איך גיי מיר אריין אין די ים המלח פאל, ס'איז געווען א נחת דארט, איז געווען דארט אויך איינער א אונטער חכם און איז אריינגעטאנצן אין פאל, נישט נאר ער האט אנגעשפריצט אנדערע וואס די וואסער איז מסוכן פאר די אויגן, נאר ער האט געמאכט אזוינע קולות פון די וואסער וואס איז אריין אין זיין אויגן אז מ'האט עס געקענט הערן ביז בארא פארק, די גאנצע פאל איז שטיל געווארן און געקוקט אויף דעם פאררוקטן וואס האט געטאנצען, מנהסתם האט ער געמיינט אז מ'קען דייוון, נא האסטו דיר א דייווען! שוין אונז זיץ מיר דארט אין פאל געשמועסט מיט דעם מיט יענעם ענג'ויט אביסל, מיין חבר זאגט מיר קום איך גיי אין ג'אקוזי. אוקיי פיין, גיימער אין ג'אקוזי, איך קום אן נעבן ג'אקוזי דער עולם איז געזעצן דארט ווי סארדין'ס איך זאג פאר מיין חבר איך גיי נישט אריין דא, משוגע בין איך? קיין סארדין בין איך נישט, קיי מיין חבר שטעלט זיך אין די ליין אריינצוגיין און אופסס די פלעסטיק ארום האט זיך צובראכן (ער איז אביסל פעטליך), שוין דער עולם האט אויסגעפלאצט אין א געלעכטער איך אויך פארוואס נישט, שוין איינער איז ארויס מיין חבר גייט אריין, כ'האב געטראכט איך גיי אויך ווארטן, איך ווארט און ווארט איינער איז ארויס כ'האב אריינגעטעקט מיין פיס כאילו איך זיץ דארט, און ווי נאר א צווייטער איז ארויס האב איך מיר געגעבן א גליטש אריין, ס'גייט נישט אריבער קיין פינף מינוט און צוויי חבר'ה מסלתה ומשמנה האבן זיך אריינגערוקט, איך האב מיר גלייך אויפגעהויבן און אפגעיאגט פון דארט. שוין נישט איז נישט. איך בין מיר געגאנגען צום שוויץ, קודם צום נאסע שוויץ. איז געווען דארט איינער א געזונטער לץ און האט אונטער געהאלטן דעם עולם דארט, שוין זיצן מיר דארט מ'פארברענגט חסידים ליטווישע מ'שמועסט אהער, מ'שמועסט אהין, און גארנישט. געגאנגען בין איך נאכדעם צום טרוקענעם שוויץ, דארט איז געזעצן אביסל א עלטערע מענטש און געשלאגן זיין דיסקמען פארוואס ס'ארבעט נישט, אונז וואס זעמער געזעצן דארט האב מער געהערט ווי ס'זינגט ארויס פון די העטפאנס, באט דער אלטער האט נישט געהערט, ער האט עס איבערגעגעבן פאר א צווייטן דארט און יענער זאגט יא ס'ארבעט, שוין האט ער עס צוריק געגעבן פאר דעם בעה"ב און ער האט פראבירט ווייטער צו הערן, דער עולם האט עם געזאגט ער זאל אנצינדן ספיקערס אזוי וועט יעדער קענען הערן, אזוי ווי מ'האט דאס גענדיגט זאגן האט זיך די בעטערי גענדיגט. שוין אונז זיץ מער און אינמיטן קומט אריין דער לץ פון די נאסע שוויץ, ער האט נעבעך נישט געהאט קיין פלאץ ער האט געמאכט אפאר דזשאק'ס און ער האט באקומען א פלאץ, ווי אזוי? איז געווען דארט איינער מער א ערענסטער האט נישט געקענט הערן די מיני דזשאק'ס איז ער ארויס געגאנגען.
איך גיי ארויס פון שוויץ און איך דריי מיר ארום דא דארט פאר אינטרעסאנטקייט קוק איך וואס ס'איז אלץ דא, איך קוק מיר ארום און איך זעה ווי מענטשן גייען ערגעץ, כ'האב געטראכט איך גיי נאך גיין וואס קען שוין זיין? איך גיי און איך זעה מקוואות איך פרעג איינעם וואס איז די מקווה דא? זאגט ער מיר דאס איז די שוועיבל וואסער, איך מוז ענק זאגן ס'זעהט אויס ווי א געהעריגע מקווה, צוויי בורות איינס איז ווייניגער שוועיבל, און איינס איז מער.
שוין גענדיגט פארברענגן ביי אלע מיני וואסער'ן איך טוה מיר אן און איך גיי ארויף אין מיין צימער, מ'דארף זיך גרייטן צום מלווה מלכה מיט ליפא.
די מלווה מלכה פון ליפא:
די מלווה מלכה האט געהייסן הייבט זיך אן 10נע צייט, עפעס א חבר וואס איך האב געהאט דארט קאלט מיר אן, J. ווי ביסטו? קום שוין מ'הייבט שוין אן, ס'איז מפוצץ דא. שוין איך לויף אראפ די סטעפס מיטן ציגערטל אין מויל און איך זעה יא ס'איז דא א עולם מער ווי שבת אסאך חבר'ה זענען געקומען נאר מוצ"ש ספעשל צום מ"מ מיט ליפא, שוין איך זעה אז ס'איז נאר דא פלאץ ממש אין די בעק, איך בין מיר צוגעגאנגען אפ-פראנט און זיך געזעצט אויפן פלאהר, געהאט א גוטן פלאץ ב"ה היבש אפאר חבר'ה האבן זיך אויך געזעצט אויפן פלאהר נעבן מיר, געווען אזוינע אין די בעק האבן געשריגן "זעץ ענק אראפ" "שטיי נישט" "רוק דעך" און וכו'. דער טשעירמאן פונעם גאנצן שבת פאריעקט ר' שעפסל אייזנשטאט הי"ו האט אויסגערופן אפאר זאכן וואס איז געווען נייטיג פארן עולם צו וויסן פאר מ'גייט אוועק פונעם האטעל, און אזוי האט ער אויך אויסגערופן מען זאל נישט פייפן מיטן מויל אדער שרייען ווי ווילדע חיות, און דערנאך האט ער ארויף גערופן ליפא'לע אויפן סטעיג', און ליפא האט אנגעהויבן זינגען מיטן באוויסטן מ"מ ניגון אוי והשיב, שפעטער אביסל האט ער פארציילט א מעשה ער האט אנגעהויבן פארציילן אין עברית, האט דער עולם געשריגן יידיש, און פון א צווייטע זייט האט מען געהערט שרייען ענגליש, איז א יעדע זאך וואס ער האט געזאגט אדער געזינגען האט ער געטוהן אין אלע דריי שפראכן יידיש עברית ענגליש, ס'איז געוועןו זייער אינטרעסאנט. ער האט געזינגען לעבעדיג און אויך אסאך ערענסטע ניגונים.
(איר וועט באלד זעהן לויט די בילדער).
איז געווען דארט אפאר אונטער חכמים וואס האבן געטאנצן אין געפיפן, דאס הייסט נישט געפאלגט וואס מ'האט אויסגערופן אין די בעגיניג, מען האט זיי געהייסן אויפהערן באט זיי האבן געטוהן זייער'ס ווייטער, שעפסל איז צוגעגאנגען צו ליפא'ן און געזאגט אז גענדיגט די מ"מ איז פיניש, די עולם האט זיך זייער גערעגט אויף די בחורים עטץ קומטס דא מוצ"ש און מאכטס א חורבן? גאנץ שבת זענטעץ נישט געווען און יעצט די לעצטע פאר שעות ווילטעץ פארהארגענען אונזער וועיקעישן? שוין מ'האט זיי ארויסגעפירהט פון האלל, און מ'האט ווייטער געזינגען. זיי זענען צוריק געקומען און מ'האט זיי געשיקט נאכאמאל, זיי האבן געבעטן מ'זאל זיי לאזן, זיי האבן צוגעזאגט זיי גייען שוין זיין וואויל.
איז געווען אפאר מענער וואס זענען געשטאנען ביי די ווייבער זייט און געשמועסט מיט זייערע ווייבער, ליפא געט א רוף אויס הויך צו זיי דא איז נישט קיין מיקס קאנצערט, זייטס מוחל קומט אריבער צו די מענער זייט, דער עולם אט געקלאטשט שטארק פאר ליפא פאר זיין יר"ש וואס ער האט.
שפעטער האט ליפא אויסגערופן שכויח'ס פאר וועם ס'קומט זיך און פאר וועם נישט......
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-22/11/2004 22:16 |
|
| |
די געשמאקייט
די מעלה ביי יענע האטעל איז, אז מ'באקומט א הענד-בענד און מ'קען געניסן פון אלעם.
וואס הייסט אלעס?
ספא, טרונקען לרחצה, (וועגן די טרונקען דארט וועל איך שרייבן עקסטער) צובייסעכטס, און וואס נישט.
די האטעל האט א ריזיגע ביטש ביי ים המלח, ס'איז אזוי גרויס אז מ'האט געקענט מאכן צוויי עקסטערע ביטש'ס פאר מענער און פאר ווייבער, די מענער האבן געקענט גיין 24 שעה א טאג, און אזוי אויך די ווייבער. די רגעלער וואסער סווימינג פאל איז געווען אינגעטיילט עקסטער פאר מענער און עקסטער פאר ווייבער, די ספא איז אויך געווען איינגעטיילט פאר מענער / ווייבער.
די ספא פארמאגט:
א ים המלח פאל, א טרוקענע / נאסע שוויץ, צוויי ג'אקוזי'ס, צוויי שוועיבל פאל'ס, צימערן פאר מאסאג'ס, נעבן די מאסאג' צימערן איז דא די שווארצע באץ פון ים המלח וואס דאס איז זייער געזונט, ספעשל געזונטהייט געשמירעכץ.
אין פראנט פון ווי מ'גייט אראפ צום ביטש איז געווען אייסעס מיט א שפע, און פארשידענע מיני קעיק'ס מיט גרינגע עסן.
ס'איז א מצווה צו טרונקען דארט אין האטעל אזוי האט דער עולם געטענה'ט, ס'איז געווען א באר צוגעשטעלט מיט טרונקן איך וויי נישט אויב ס'איז דא נאך א האטעל וואס שטעלט צו אזוי פיהל טרונקען, נארמאל א האטעל קאסט דארט 7-8 דאלער 30-40- שקל א קליינע פלעשל קאָק, דא איז געווען צו געשטעלט טרונקען אונטן ביים ביטש, אויבן נעבן די געים'ס, אונטען ביים עקסערסייז צימער, אויבן ביים לאבי, אויף יעדע פאר שטאק.
וואספארא מיני טרונקען איז געווען?
אראנדזש דזשאס, גרעיפרוט דזשאס, וואסער, פפסי, דייעט פפסי, סעווען-אפ, דייעט סעווען-אפ, אראנדזש סאדע, לעמען סאדע, הייניקן ביר, מכבי ביר, גאלדסטאר ביר, קאווע, טשוקלעד מילק, טיי, סעלטזער. מען האט געקענט טרונקן וויפל מ'האט געואלט.
צייטונגען וואס מ'האט צוגעשטעלט דארט לכ' שבת:
יתד נאמן, המודיע, משפחה, משפחה אין ענגליש.
א ספעשל סידור איז ארויסגעקומען לכ' דעם שבת.
 |
|
|
|
|
|
|