| נשלח ב-26/11/2004 05:33 |
|
| |
איך פארשטיי יא און נישט דיין פראבלעם
איז שוין איינמאל געווען וואס דו האסט געהערט דעם כהן עולה זיין צוויי מאל, דהיינו, אויב עס איז "אינגאנצן נישטא" קיין לוי, איז דער כהן עולה פאר לוי, אזוי ווי די הלכה
אויב האסטו דאס נישט געזעהן, האלט איך אז עס איז נישטא קיין פראבלעם, רוף דיר נישט אן און פארטיג, חוץ אויב די זעהסט אז עס האלט שוין דערביי אז, דער כהן גייט עולה זיין,
[איינמאל מעגסטו דאס זיכער זעהן, אלץ לוי קומט דאס נישט צופיל אויס, אין כאן כהן, הערט דער כהן אסאך מאל, ווייל מען פירט זיך אין אסאך קהלות אוועקצונעמען כהן]
נאר וואס דען, ווארט, און אויב די זעהסט אז קיינער, קיינער איז נישטא רוף דיר אן
הצלחה
|
|
|
|
| נשלח ב-26/11/2004 05:51 |
|
| |
און איך וואלט געזאגט אז אפילו טאמער א כהן וועט עולה זיין צוויי מאל דארפסט די דיך נישט אנרופען.
נעם אראפ פין דיין טלית בייטעל דאס ווארט "לוי", וועט קיינער נישט וויסען אז די ביסט א לוי. איך פערזעהנליך קען א לוי וואס האט עס אראפ גענומען פין זיין טלית בייטעל צוליב דעם סיבה.
אגב, איך האב אייביג געהערט אז עס איז דא מער כהנים ווי לויים, פין ווי נעמסטו דאס אז עס איז דא מער לויים ווי כהנים?
|
|
|
|
| נשלח ב-26/11/2004 06:25 |
|
| |
לכבוד קעי דזעי סארי איך האב צופיל געשריבען
די זאך איז אויב איך ווארט ווערט מען בכעס אןיף מיך וואו ביסטו גיווען די האלסט אויף די עולם איך קען דאך נישט מסביר זיין א גבאי ישראל וואס אונז גיי מיר דורך
אויך האב איך גיהערט אז אסאך מאל גייען צו צוויי לוים און ווען זיי זעהן גייען ביידע צוריק
אגב איז נישטא א שרייבער א לוי וואס וועט מיך פארשטיין?
(רוב מנינים וואו איך האב גידאווענט איז אייביג גיווען כאטש איין לוי אויסער מיר און א כהן זעלטען איז דא איינס)
|
|
|
|
| נשלח ב-26/11/2004 14:58 |
|
| |
איך וואלט דיך געראטן זיך נישט אנצורופען, אזוי קען איך האבן צוויי עליות (שטעל דיך פאר צו האבן גאנצע "צוויי דריטל" פון "אלע" עליות, עס פיהלט באלד ווי האבן די ערשטע זעקס ברכות אונטער א חופה -ניין איך מיין נישט שהכל, מזונות, העץ, האדמה, על המחיה אין בורא נפשות, איך מיין די אנדערע זעקס).
למעשה ולנלכה, ווענדט זיך ווי די דאוונעסט, אז די דאווענסט אין א ביהמ"ד וואס באלאנגט צו א פריוואטע מענטש, ווי למשל א רב וכו'. האסטו סתם אזוי נישט קיין פראבלעים ווייל ביי א פריוואטע מנין איז נישט נוגע די הלכות פון כהן לוי, עס איז נאר נוגע אין א פובליק שול. למעשה רוב חסידישע בתי מדרשים האט א דין ווי פריוואטע בית מדרש.
אעפ"כ אפשר הייב אויף דיין האנט ווען די גבאי רופט.
איך דאווען אין א היימישע בית מדרש אין א קביעות'דיגע בית מדרש, די גבאי ווייסט אז איך דאווען נארמאל אין די מנין, אין ווען ער זוכט א כהן און ער זעהט מיך, רופט ער מיך אויף. למעשה דאס איז די בעסטע עצה, צו האבן א קביעות'דיגע מנין אין ביהמ"ד.
אבער אין מיין מינן זאלסטו דיך נישט דערוואגן אנצורופן ווייל איך וויל ביידע עליות.
:addSymbol(' ');
|
|
|
|
|
| נשלח ב-26/11/2004 19:50 |
|
| |
וואס איז געבליבען וואס דארף א לוי טוהן
צוגיין
אויפהייבן די הענט
איינמעלדען פארן דאווענען
סתם נישט וויסענדיג מאכן
אפשר זיך מאכן ווי מען דאווענט שמונה עשרה
|
|
|
|
| נשלח ב-28/11/2004 02:50 |
|
| |
so וואס טוט א לוי?
|
|
|
|
| נשלח ב-28/11/2004 03:32 |
|
| |
א לוי גייט נאר צו
ווען ער הערט "אין כאן לוי" יעמוד ... הכהן במקום לוי, דעמאלטס, קען ער רואיג צוגיין, וואוסענדיג, אז ער איז דער איינציגער לוי
הצלחה
פרוביר עס אויס
|
|
|
|
| נשלח ב-28/11/2004 03:58 |
|
| |
כווייס נישט וואס די ביסט אבער א לוי נישט
פרובירן איינמאל וואס די זאגסט רעזאלט אין צומישעניש אין געשרייען טאמער איך לויף שנעל איז די שאלה א ענדליך?
טאמער האט שוין די כהן גיזאגט ברכו זוכט מען א רב
עס איז נישט אזוי פשוט מען גייט צו אדרבה פארשטעל דיך פאר א לוי
|
|
|
|
| נשלח ב-28/11/2004 20:19 |
|
| |
כ'ליין אזוי דא דערמאן איך מיך צוויי ווערטליך.
1. א משולח איז אמאל אריינגעקומן אין ביה"מ ווי מען האט פונקט געהאלטן ביים אויפרופן די ערשטע עליה, ווי די גבאי זעהט קומט ער צו לויפן און ער פרעגט די משולח: זענט איר אפשר א כהן??? טראכט די משולח תו זיך אזוי: קיינער קען מיך נישט דא, לעצטע מאל איך האב עולה געווען איז געווען שמחת תורה, וואס קען שאטן, ענטפערט ער דעם גבאי'ן מיט א גרויסן שמייכל - צופרידן פון די המצאה זיינע: יא איך בין א כהן! זאגט עם די גבאי שטיל אין אויער: זייט אזוי גוט און גייט ארויס ווייל עס איז דא 3 חיובים.
2. ס'איז אמאל אריינגעקומען א באנשאק אין ביהמ"ד, ווי עס זעהט אויס האט די גבאי עם געוואלט געבן אן עליה, פרעגט עם די גבאי ווי אזוי רופט מען אייך אויף? ענטפרט אים די באנשאק בנשימה אחת: ר' יעקב בן ר' משה שישי"
למעשה איך קלער מיך אריין יעצט: אז אפשר זאל מען מתיר זיין פאר די לוים יא צו גיין שבת מיטן טלית בייטל אין ביה"מ פאר טאקע די סיבה, אז מען זאל וויסן אז ער איז א לוי, ס'איז דאך לצורך גדול, נישט נאר דאס אז די לוי ווערט פארשעמט גייט עס שוין אריין בגדר פקוח נפש וואס איז זיכער דוחה שבת, כמיין אז מען דארף אפילו נישט פרעגו קיין רב אזא שאלה, ס'איז א דבר המובן מאליו, אז לוים מעגן יא טראגן דעם טלית בייטל אין ביה"מ.
איי מען האט פריער דעשמועסט פונקט פארקערט אז דער לוי וויל נישט די נאמען אויפן טלית בייטל. היא הנותנת, אז א לוי וועט אריין קומען מיטן טלית בייטל אין בית המדרש שבת אינדערפריא, וועלן דאך עם אלע אנקוקן, מען טאר דאך נישט טראגן, אבער ווען מען וועט זיין אז ער איז א לוי, וועט מען נישט נאר וויסן אז ער האט געטראגן בהיתר, נאר מען וועט אויך שוין וויסן אז ער איז א לוי.
אויב אזוי קען מען שוין טאקע זאגן בא שבת בא מנוחה.
:addSymbol(' ');
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-28/11/2004 20:56 |
|
| |
ענדליך א ענטפער צו דער זאך
|
|
|
|
|