| נשלח ב-28/11/2004 17:08 |
|
| |
הייסע וויזניץ-ב"ב נייעס
באקימען אין אישית, (כ'נעם נישט קיןן אחריות אויף די קראנטקייט):
לויט ווי איך הער האבען ביידע צדדים אינטערגעשריבען א הסכם בקבלת קנין אז א פארמיטלער א גערער יוד א לאיער שומתו''מ וועט פארען אויף א''י זעהן
1. זעהן צי דער רבי איז בדעה צלולה
2.אין איז נישט געווארען געפרעשערד פון איין צד
3.וואס איז דער רביס אמתדיגע מיינונג
4. ער האט נישט געמעגט ארום טענהן מיטן רבין נאר אויספרעגען
דער פסק איז געווען אז וואס ר׳ חיים משה פעלדמאן שליט''א זאגט איז פיינעל ווייל ער ווייסט דעם רביס דעת
אין ער זאגט אז ר׳ ישראלטשע שליט''א דער בכור זאל אנפירען מיט וויזניץ עב''ג
הג"ה ממקוה איד:
איך בעט בתחנונים נישט אריינמישן די סאטמארע חאזעריי דא..נאר וואס האט א שייכות צום נושא...
אין מערבין שמחה בשמחה...
|
|
|
|
| נשלח ב-28/11/2004 17:32 |
|
| |
ווי איך געדענק די מעשה איז עס אביסל אנדערשט.
די חברה זענען געגאנגען אין קאורט {ברשות בית דין} אויף דעם בית המדרש אין ווילי, זיי זענען אונגעקומען צו א היימישער שופט אין יענער האט געפרעגט פארוואס מען גייט נישט אין בית דין, ווען האט האט געזען אז די קעיס צוט זיך אז יענער צד שרייט אז דער רבי האלט מיט איהם, האט ער געזאגט אז ער ווען ער פארט סוכות קיין ארץ ישראל וועט ער רעדן מיטן רבי'ן אליין צו זען וואס ער האלט טאקע.
|
|
|
|
| נשלח ב-28/11/2004 17:42 |
|
| |
פאר וואס איז הרב מענדל הגר געפארן קיין בעלזא אויף שבת? ער ווארט אז דער בעלזער וועט איהם שטיצן אלס נרדף, אזוי ווי סאיז געווען מיטן ברודער? אדער ער האט שוין נישט וואס צו זוכן און וויז'ניץ?
|
|
|
|
| נשלח ב-28/11/2004 17:46 |
|
| |
קוק אראפ אפאר אשכולות וועסטו זען אז אין בעלז אין געווען א שמחה דעם שבת?
אז זיין שוואגער מאכט א שמחה פארוואס זאל ער נישט פארען?
נישט אין אלעס דארפסטו אירינטייטשען פאליטיק.
|
|
|
|
| נשלח ב-28/11/2004 18:26 |
|
| |
איין פראגע האט מען ארייו געלאזט ריכטער שמיד (וואס איז א דער ריכטערפערצופאל א שותו""מ אויף דעם קעיס אין ער איז פערזענליך אראפגעפארען אויף ארץ ישראל מברר זיין )צום וויזיניצער רבין?
|
|
|
|
| נשלח ב-28/11/2004 18:32 |
|
| |
לויט ווי כ'האב געהערט האט דער ריכטער געטראפן דעם וויזניצער רבי'ן אין זייער א גוטע שטימונג, ער איז געווען גאר גוט געלוינט, און האט אויף יעדע זאך געענטפערט ברחל בתך הקטנה.
אויף די שאלה ווער ס'איז בעה"ב אין ביהמ"ד, האט דער וויזניצער רבי געענטפערט אז ר' חיים משה פעלדמאן.
נאכדעם האט ער געפרעגט צו ר' חיים שטערן מעג קומען אהער צום רבי'ן, האט אים דער רבי געענטפערט אויב ר' חיים משה וועט אים לאזן...
בקיצור, די "ישראלים" זאגן אז זיי האבן געווינען פיל מער ווי ערווארטעט און געראכטן. מען דארף נאר הערן וואס די מענדעליסטן זאגן דערוועגן.
|
|
|
|
| נשלח ב-28/11/2004 18:42 |
|
| |
ווען איז דער שופט געווען ביים רבי'ן?
איז דאס הייסע נייעס?
|
|
|
|
| נשלח ב-28/11/2004 20:04 |
|
| |
איך פארשטיי נישט, פארוואס קען דער רבי נישט זאגן "איך וויל אז ר' ישראל זאל זיין מיין ממלא מקום", אדער "איך וויל אז ר' מענדל זאל זיין ממלא מקום", פארוואס דארף ער שיקען צו ר' חיים משה פעלדמאן ער זאל זאגן דעם רבי'נס מיינונג אדער ער זאל מאכן א דעסיזשאן וואס לעניית דעתי וועט גארנישט אויפטוהן,
לוי ווי איך פארשטיי איז, אז על זה אנו נידנים, די מענדעליסטן טענה'ען אז חיים משה פעלדמאן טיט נישט פארטערעטן דעם רבי'נס "אמת'דיגע" מיינונג, (אפילו דער רבי זאגט אז ער טראסט עם יא, טענה'ען זיי אז דער רבי נארט זיך אין עם) פונקט ווי אין סאטמאר (נאר אלץ ביישפיל, נישט צוזאם מישן חלילה, עס איז לגמרי נישט דומה) ווען דער רבי שליט"א האט געזאגט יארן צוריק אויף זיין גבאי "ידו כידי" האט מען עס דען ערענסט אנגענומען?, מען האט פארשטאנען אז יא , דער רבי טראסט עם, אבער דאס מיינט נאכנישט אז אונז דארף מיר עם טראסטן, מיר האבן געוויסט אז ער האט אייגענע אינטערעסן, אבער טאמער זאגט דער רבי קלאר ארויס מיינונג (מען רעדט יארן צוריק אין די גוטע צייטן) וואלט יעדער געטרייער חסיד אנגענומען זיין מיינונג אן קיין שום שאלות, אזוי דא אויך לויט מיין מיינונג (אלץ אן OUTSIDER) וואלט דער רבי געדארפט זאגן זיין קלארן מיינונג און דאס וואלט לכאורה אפגעשטעלט אלע טענות, (איך וויל חלילה נישט אריין מישן אדער חלילה פוגע זיין אין חסידות וויזניץ און אוודאי נישט זאגן פאר וויזניצן רבי שליט"א וואס ער האט צו טון, ער פארשטייט אוודאי בעסער פון מיר, דאס איז נאר א אבזערווייזשאן)
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-28/11/2004 20:07 |
|
| |
דער שופט שמיט איז אין NEW YORK SUPREME COURT ער איז א גערער חסיד. אין דער גערער רבי וועט מן הסתם זיין דער וואס וועט זאגען ווי אזוי מ'דארף פירען וויזניץ
איך קען זיך נאר פארשטעלן וואס וועט זיין ווען די גוי'אישע פרעססע וועט באריכטן די נייעס פון דעם TRIP
WOW WHATS GONNA BE WHEN THE
TEESHT
HITS THE FAN
|
|
|
|
|
| נשלח ב-28/11/2004 21:25 |
|
| |
yohcee, what's teesht?
אויף וואס שלאגט מען זיך, אויף די ביהמ"ד אין וומב"ג אדער גאנץ וויזניצער הנהגה?
|
|
|
|
|