מיט עטליכע טעג צוריק איז געווען א מעלדונג אין די פרומע צייטונגען פון מדינת ישראל אז עס איז ארויסגעקומען א נייער טעיפ/סי.די פון "ניגוני חסידי סטמר", וואס זענען נתחבר געווארן לכבוד די חתונה פון נכדת האדמו"ר מסטמר (והרבי מקרית יואל). די מחברים פון די ניגונים זענען הרב יודל ורצבגער און הרב יהושע מנדלוביץ.
דער מוציא לאור איז די פירמע "גל-פז", וועלכע האט נישט לאנג צוריק געעפנט א געשעפט אין וויליאמסבורג.
האבן די מחאות און באיקאטן קעגן דעם וויליאמסבורגער געשעפט א שייכות מיט דעם נייעם טעיפ וואס די זעלבע פירמע האט ארויסגעגעבן אין ארץ ישראל?
(אויב איך וועל האבן צייט וועל איך אריין סקענען דעם באריכט אין די רעליגיעזע צייטונגען פון ארץ ישראל)
נשלח ב-6/12/2004 00:46
יא! ס'האט אן אויסדריקליכע שייכות!
נישט נאר ס'האט א שייכות, אהרן ט"ב איז גאר בעה"ב פון "גל-פז"!
נו פרעג איך ענק רבותי, איז נישט סאטמארע רבי גערעכט געווען מיטן מאכן אהרן אויס מרא דאתרא און א "מועל בשליחתו"?
די שרייבסט אז דער מוציא לאור איז גל פז, אינעם ארטיקל שטייט "מופץ" ע"י גל פז, וויסטו דעם חילוק צווישן א ארויסגעבער און א דיסטרוביטער?
און צי ווייסטו וועלעכע סאטמאר האט די ערשטע אריס געגעבן א אלבוים פון זייער חתונה אין די סטארס צו פארקויפן, און נאכדעם אונטער פרעשור געשריבן אז זיי האבן גארנישט דערמיט?
נשלח ב-10/12/2004 19:07
גל-פז'ס נאמען איז אויפן לעיבל, ווייל זיי זענען דער ארויסגעבער, דער מוציא לאור. זיי נוצן דאס ווארט "מופץ" ווייל גל-פז איז נישט דער מחבר פון די ניגונים נאר דער פארשפרייטער, דיסטריביוטער, אדער מפיץ.
די קאסעטס וואס מען פארקויפט אין גל-פז וויליאמסבורג זענען אויך נאר "מופץ" פון די פירמע. די מחברים זענען די אריגיענעלע ארויסגעבער.