איך פארשטיי אינגאנצן נישט דער סאטמערע חסידים וואס זיי קאמאנדעווען אין "בחדרי חרדים" אנקעגן די מעשה, (בפרט דער וואס חתמ'ט אונטערן נאמען ליברטי), מ'האט געבויט א'גאנצע מעשה פון שקרים אויף דער גאו"צ הדור כאילו ער האט עפעס א'שייכות צום "נחל חרדי", און שפעטער האט מען אקשיא אופן רבי'ן אז ער האט איהם אזוי געשיצט אלס יונגערמאן, איז דער מסקנא אז די מעשה איז שקר, אפילו אז צענדליגע מענטשן זאגן עדות אויף דעם, סיי מ'האט דאס געהערט פונם רעביצין אליין די בעלת מעשה, און סיי פון רבי יואל אשכנזי ז"ל, און סיי פון בריסקער רב'ס זוהן רבי יאשע בער זצ"ל וואס ער האט ממלא געווען די שליחות צוזאמען מיט יבלחט"א מרן שליט"א.
ס'איז זייער אגרויסע וואונדער אויף זייער גאנצע וועג.
ווער עס געדענקט די גרויסע עצרת אין ככר השבת אנקעגן נחל חרדי, צו דארטן האט מרן הרב שטינמאן שליט"א געשיקט א'בריוו מיט הגה"צ ר' דן סגל דער משגיח, וואס האט עקלערט זיין גאנצע מיינונג ארום די גאנצע פרשה, ער האט געשריבן אז ער האט גארנישט קיין שייכות צום גאנצן נחל חרדי, די גאנצע זאך איז אז ער וויל נישט מוחה זיין אנקעגן דעם, ווייל לויט ווי ער ווייסט, דער נחל חרדי נעמט סיי ווי נאר בחורים וואס זענען שוין מחללי שבת ועוברי כריתות, וואס שאדן אף אונזער גאנצע מחנה, און מיר קענן נישט מונע זיין פון אזעלכע זאלן זיך ראטעווען דארט, און אפילו אויב זיי וועלן נישט ראטעווען דארט, מיר האבן נישט אחריות אוף זיי. אבער טאמער מ'נעמט חלילה בחורים וואס האבן נאך אמינימאליש שייכות צו ישיבה איז א"עוון פלילי" זיי צונעמען און מ'דארף עס מונע זיין בכל דרך, אזוי האט מרן שליט"א געשריבן און דעם בריוו.
דער וואונדער איז אז די עסקנים דארטן האבן נישט געלאזט הרב סגל צו רעדן און פארליינען דאס בריוו, זעט אויס אז זיי מיינען גארנישט אנקעגן נחל חרדי זיי מיינען בלויז אנקעגן גדול הדור, בבחינת שנאת ע"ה לת"ח.
אגב, ס'איז כדאי צו באמערקן אז במרוצת השנים איז געוואור געווארן אז מרן שליט"א איז געווען גערעכט, אין קיין איין ישיבה בחור איז נישט אנגעקומען אהין, נאר אזעלכע בחורים וואס בלאו הכי זיינען געווען אויפן גאס, מחללי שבת ועוברי כריתו, און ס'איז באקאנט אז ס'איז געווען דארטן בחורים וואס האבן געגעסן יו"כ.
נאך אזאך איז כדאי צו באמערקן אז נישט נאר הרב שטיינמן האט נישט געוואלט חתמנ'ן אנקעגן נחל חרדי, אויך הרב אלישיב און רבי חיים קניבסקי און רבי נסים קארעליץ און נאך האבן ניש געוואלט חתמנ'ן אויף דעם, איז פארוואס טעשפט מען זיך נאר מיט מרן הרב שטינמן?
דאס ווייסט אוף קלאר אז די גאנצע זאך איז א'רדיפה אישית אנקעגן הרב שטינמן, און ווער איז באקאנט ס'איז אנגעקומען פון אפאר ליטוישע קרייזן וואס האבן נישט פארגינט אז ער האט יורש געווען דאס בענקל פון הרב שך ז"ל.
 |
|
|