ווי איז פארשווינדן די ווארעמע אטמאספערע
ווי איז פארשווינדן די ווארעמע אטמאספערע
אין די לעצטע צייטן איז די אטמאספערע דאהי אין פורם איבערגעדרייט געווארן צו א שטעכעדיגע, קאלטע, בייסיגע, אום-היימליכע...
דאס איז נישט אלץ געווען דער פאקט!
ווי איז פארשווינדן די ווארעמע אטמאספערע? ווען אלע האבן געפילט ווי ברודער, און זיך ארויסגעהאלפן איינער דעם אנדערן, מיט וואס מען האוט געקענט.
היינט צו טאג, ווערט מען אטאקירט, נישט געהאלפן!!!
האט נאך עמיצער אויפגעפאסט און באמערקט דעם 180 דעגרי טויש?
דאס איז מער נישט דער זעלבער פורם, אלזא אויב גייט דאס אזוי ווייטער אנגיין, זייט'זשע מיר אלע געזונט, כ'האב בעסער וואס צו טוהן, ווי ליינען אייערע בייסיגע תגובות,
מיר ליידן גענוג פון די אהרוני-זאלי פליקערייען, די רעשט תגובות מעגן ווען זיין נארמאל!
יא, איך ווייס אז די פריש געקומענע אימיגראנטן וועלן יעצט מיך אויך אטאקירן, אלזא איך וועל בל"נ נישט ענטפערן אויף אטאקעס, נאר אויף זאכליכע נארמאלע תגובות
|
|