א גרויסן ישר כח פאר אלע משתתפים
א גרויסן ישר כוח פאר אלע משתתפים ביי מיין תנאים נעכטן נאכט אין סאטמאר האלל אין ירושלים עיה"ק.
עס איז געווען צוגעגרייט דארט זייער שיין, דאס איז צו פארדאנקען דעם באוואוסטן קעכער ר' יוסל עקשטיין הי"ו פון ירושלים עיה"ק.
חברי הפורום וואס זענען געווען.
מוזיקאנט, איפכא, יוסף90, בעלזאריושב, chiim און ליינער'ס וועם איך קען פרזענליך.
חשובע משתתפים.
הרב ר' צבי מאיר זילבערבערג שליט"א. הרב ערלאנגער שליט"א. הרב טייטלבוים שליט"א. ר"י אור שמח שליט"א. כ"ק אדמו"ר מ'זיבוזין שליט"א. רב ד'רמת בית שמש א' שליט"א.
איים סארי טו סעי איט. באט דע הסידיק פיפל דאנט נאו האו טו האג ענד קיסס ביי עי ג'ואיש שמחה, זיי געבן דיר אזא זעץ אז ס'איז א שרעק... וואן אוף דאס הא געיב מי עי האג אולמאסט בראק מיי גלעסעס. ענד נאו איטס נאט סטעין (סטעיאינג) גוד און מיי פעיס.
דער עולם קען שוין אנהייבן מאכן צוגרייטונג צום חתונה וואס וועט זיין בקרוב ממש.
טיקעטס קען מען קויפן ביים טרעוועל עיג'נט. ס'וועט זיין צוגעשטעלט עראפלאנען לרחצה. נישט פארן מיט קאנטיננטעל.
אי"ה ביי אייך אויף שמחות, און אלע יודן וואס דארפן א ישועה זאל געהאלפן ווערן מיט וואס זיי דארפן. אמן...
 |
|
|