בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

גיין אין כולל אדער גיין ארבעטן?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-26/12/2004 21:54 לינק ישיר 
גיין אין כולל אדער גיין ארבעטן?

עס איז איינגעפירט בכל תפוצות ישראל אז אינגעלייט נאך די חתונה גייען אין כולל. דאס איז א בית המדרש ווי אינגעלייט (אדער עלטערע בחורים) קומען זיך צוזאם, און לערנען דורך מקצועות התורה. מאנכע בלייבן דארט א לענגערע צייט, געוויסע יחידים בלייבן גאר אויף שטענדיג. ווידעראום א גרויס חלק פאלן ארויס, און גייען ארויס ארבעטן.

יעצט וועל איך זיין א שואל כענין:

א - פון ווי שטאמט דער נאמען 'כולל'? און וואס באדייט דאס?

ב - איז דער איינפיר שוין אזוי פון יארן (פון די גמרא'ס צייטן) אדער א לעצטיגער איינפיר? און ווען איז דאס איינגעפירט געווארן?

ג - אויב איז דאס א לעצטיגער איינפיר, ווער האט דאס איינגעפירט? און פארוואס האט מען דאס איינגעפירט?

ד - מעיקרא מאי קסבר ולבסוף מאי קסבר? צו וויל יעדער באמת בלייבן ביים לערנען א גאנץ לעבן, נאר זיי פאלן דורך. (הייסט עס אז רוב עולם זענען דורכפעלער). אדער איז דאס מתחילה אן דער פלאן, צו גיין פאר א קורצע תקופה לערנען, פאר מען גייט ארבעטן?

ה - אויב איז דאס דער אריגינעלער פלאן, וואס איז פשט דערפון? אויב איז די צייט פון גיין ארבעטן ווען מ'האט חתונה, איז וואס איז דער כולל? אויב גאר דארף מען גיין ארבעטן א צייט שפעטער נאך די חתונה, ווען איז דער זמן? פארוואס איז דער זמן פון גיין ארבעטן אנדערש ביי יעדן?



כ'האף צו באקומען תשובות אינ'ם פלאץ פון אטאקעס.

משיח

תוקן על ידי - משיח_השם - 26/12/2004 22:00:59



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/12/2004 23:45 לינק ישיר 

לאמיר זיך נישט נארען כולל איז ארויס געווארפנע צייט פאר רוב עולם, 60 פראצענט פארברענגען דארט די צייט אין לערנען כמעט גארנישט.

די פרישע יונגעלייט וואס זענען ערשט נעכטען ארויס פין ישיבה ווייסן גיט דעם מצב אז א 20-25 פראצענט האבען כמעט נישט קיין שייכות מיט די גמרא אין זיי האבען אלעס געטין נישט צי דארפען זיצן ביים טיש מיטען ספר, שטענדיג האבן זיי געטראפן א וועג ארויס ווי למשל פאקען די ספרים אנגרייטן דאס עסן זיין דעם ראש הישבה'ס גבאי אדער סתם זיך דרייען אין די גאסען.

דערנאך איז פארהאן נאך א 30-35 פראצעט וואס האבען שוין יא קנאפ געלערענט אין ישיבה אבער נישט מיט הארץ, זיי האבען נאר געמיינט א שידוך אבער יעצט אין כולל אז דע געפאר איז אריבער שפירט מען זיך אויף וויקאציע פון די אלע שווערע יארן אין מען ניצט דעם כולל ווי אן אפיס צי ארלעדיגען קרעיד קארדס לייסענס אין דינגען קארן אין נאך.


אבער דער גרעסטער פראבלעם איז דאס! די עלטערן פין די יונגעלייט וואס האבען ערשט יעצט ארויסגענימען דאס לעצע דאלער פין טאש אדער גאר זיך אנגעבארגט חתונה צימאכען דאס פארפאלק האבען א נייע פראבלעם מען מיז צישטייער געבען פארן יונג פארפאלק א יעדען חודש פאר רענט אין פאר פארשידענע אויסגאבען אלץ ווייל זייער זין-איידעם איז א בן תורה אין דער ווייל עפענט ער נישט אויף קיין יודיש ספר...




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/12/2004 01:19 לינק ישיר 

דער מקור פון דעם קאנסעפט כולל קומט פון די חלוקה אין ארץ ישראל פאר די געלטער וואס זענען געגאנגען פאר כלליתדיגע מוסדות אין נישט פאר יחידים.

פארשטייט זיך אז כולל האט זיך אונגעפאנגען אין ארץ ישראל, שפעטער האט מען אויך געהערט דערפון אין געוויסע שטעט אין ליטא.

אביסל לערנען דארף יעדער היימישער איד וואס וויל פירען א נארמאלע שטוב, כדי צו האבען א תורדיגער אטמאספער.

שפעטער דארף יעדער אליין זען צו ער איז געמאכט דערצו, אויב ער האלט דערביי, אויב ער קען זיך עס ערלויבןצ וכו' וכו'

יצמח פורקנה
א רחמנות אויף די כולל אינגעלייט וואס האבע געלערנט אין דיין כולל.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/12/2004 01:53 לינק ישיר 

על ראשון ראשון.
איך וועל נישט איבערחזר'ן די שאלות, מען קען קוקען די שאלות אין משיח השם'ס תגובה.

אויף די הקדמה.
כולל איז נישט איינגעפירט, אינגעלייט וואס ווילען לערנען נאך די חתונה גייען לערנען אין כולל. די וואס ווילען נישט לערנען קענען גיין ארבעטען געזונטערהייט קיינער שטערט זיי נישט.

אויף שאלה ב.
אז אינגעלייט זאלען לערנען נאך די חתונה איז א אלטע זאך. ווען איינער האט נישט געדארפט קיין געלט צו לעבען איז ער געגאנגען לערנען אין ביהמ"ד. היינט צו טאג אז מען קען לעבען דורך דעם וואס די ווייב ארבעט אביסעל (דאס איז בכלל נישט קיין נייע זאך, אייביג האבען פרויען געארבעט, אפשר נישט אויף א פארנעם ווי היינט), גייט מען לערנען. עס איז נישט א מצוה צו ארבעטען.

אויף שאלה ד.
רוב מענטשען וואס גייען אין כולל גייען נאר אויף א קורצע צייט, צוויי דריי יאר, אמאל מער, ביז מען קען, ווען מען קען שוין נישט גייט מען ארבעטען.

וואס איז שלעכט אז מען לערנט? אדרבה איך מיין אז עס איז די בעסטע זאך וואס האט געקענט זיין מימות עולם! קען איינער זאגען די חסרונות פין לערנען אגאנצע טאג?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/12/2004 03:41 לינק ישיר 

הרב בארא פארקער

כ'האב הנאה ווי שיין דו האסט צולייגט דעם ענין. שיין און קלאר באשריבן.

דאס וואס דו שרייבסט אז די זאך איז נישט איינגעפירט. וויל איך דיר מעיר זיין. 'איינגעפירט' מיינט נישט אז איינער איז געקומען און געהייסן מענטשן צו טוהן א געוויסע זאך. דאס אז די זאך איז אריין אין א סיסטעם, און אז יעדער ווייסט אז א אינגערמאן נאך די חתונה גייט קודם אין כולל. א אינגערמאן וואס גייט נישט אין כולל איז - אין א געוויסן זין - א נחית דרגא. און אז אזויפיל אינגעלייט האבן שוועריגקייטן מיט די ווייבער, ווען זיי ווילן ארויס פון כולל, ווייל וואס וועלן אירע פרענד'ס זאגן. דאס אלעס מאכט די זאך פאר איינגעפירט.

און אויף דעם בין איך מבקר, פארוואס זאל דאס טאקע זיין אזוי?

און אויף דעם וואס דו פרעגסט, וואס איז שלעכט אז אינגעלייט זיצן און לערנען א גאנצן טאג. וועל איך דיר זאגן. אוודאי דארף יעדער איד זיצן און לערנען, כי הם חיינו ואורך ימינו. נאר וואס דען, לאמיר זיך נישט פאפן, 98 פראצענט כלל ישראל, איז נישט געאייגנט צו זיצן א 'גאנצן טאג' און לערנען. און א גאנצן טאג מיינט נישט פון 10 ביז 6, מיט אנדערטהאלבן שעה לאנטש. נאר טאקע געלערנט ווי ס'דארף צו זיין. איז וואס פאסירט? מ'זיצט אין כולל, און מ'פארברענגט אסאך צייט. ווען א מענטש האט אסאך ליידיגע צייט דורכ'ן טאג, מאכט עס איהם זייער קאלעמוטנע, און נאכגעלאזט. קומט אויס אז אפילו די פאר שעה וואס ער לערנט יא, איז עס נישט מיט א קלארן קאפ, און ס'איז נישט תורה וואס זעצט זיך געהעריג אריין אין איהם. כל שכן ווען ער האט נישט געהעריג קיין געלט.

משא"כ א אינגערמאן וואס גייט ארבעטן, וואס דארף אויך לערנען א גוטע פאר שעה אין טאג. און זיך נישט באגענוגן מיט א שיעור צופרי (און ביינאכט לכל היותר). נאר טאקע זיך פלאגן צו לערנען. און ער האט נאך סיפוק פון זיין ארבעט, און אפאר דאלער צו די זייט אויך. לערנט ער מיט מער הרחבת הדעת, פארשטייט בעסער דאס לערנען. און די תורה האט אויף איהם אויך א גוטן אפעקט.

נאך א נקודה, וואס באמת וואלט מען געדארפט ווידמען אן עקסטער אשכול פאר דעם - ועוד חזון. (אוי אוי, אפאר גולשים קראצן זיך שוין דעם קאפ. ער גייט שוין עפענען נאך אן אשכול). רוב אינגעלייט וואס גייען ארבעטן, ווערן ארבייטערס פאר יענעם, אינדערצייט וואס אסאך מענטשן האבן די כשרונות זיך צו ערווארבן א שיינעם און גוטן מקור פאר א פרנסה קלה ונקיה. און מיט א גוטע פרנסה, פארשטייט זיך קען מען מקדיש זיין אסאך מער שעות פאר תורה ומצוות.

נאר פארוואס טאקע ווערן די אינגעלייט פארשווארצטע ארבייטערס. (אדער פארווייסטע ביי בי. ענד עידזש.) ווייל אין די צייט וואס דאס געלט דרוקט זיי שוין, און זיי ברויכן שוין האבן אפאר דאלער אין שטוב. האבן זיי נישט קיין שום פאך אין די האנט. מ'האט זיך גארנישט געלערנט. און גארנישט געטוהן פארט טיים, צו באקומען עקספיריענס. לויפט מען שנעל און מען כאפט סיי וואס. ווערט מען מער און מער ביזי, די ארבעט פרעסט אויף רוב שעה'ן פון טאג, דאס ווייב געבורט קינד נאך קינד. און אזוי לעבט מען אפ דאס לעבן.

וואלט נישט בעסער געווען ווען אינגעלייט, זאלן דאס ערשטע יאר נאך די חתונה זיך צולערנען עפעס א זאך אין וואס ער האט א כשרון, אדער ער שפירט דערין סיפוק. און לערנען אפאר שעה צופרי און ביינאכט. וועט ער האבן סיפוק, וועט ער לערנען מיט א געשמאק, וועט ער זיך מרגיל זיין צו לערנען גוט צופרי און ביינאכט, און ארבעטן דורכ'ן טאג. און דערנאך ווען ער גייט למעשה ארבעטן, וועט ער זיין א מענטש. ער וועט אינדזשויען זיין לעבן, און נישט זיין אזוי פאריאגט, און פארפלאגט, און נאכלויפן א דאלער. די דאלער וועט איהם נאכלויפן....


נ.ב. דער מקור פון לערנען א גאנצן טאג איז פון רבי שמעון בן יוחאי. און די גמרא זאגט אויף דעם, "הרבה עשו כרשב"י ולא עלתה בידם".



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/12/2004 06:08 לינק ישיר 

דער מקור ווי ר' שמעון איז צו לערנען א גאנצע טאג, און דאס איז נישט מעגליך.

כולל איז פון 10 צו 6 ווי די שרייבסט אין דאס איז יא מעגליך אין אויך א גוטע זאך.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/12/2004 07:23 לינק ישיר 

כהאב גיהערט פון דעברעצינער רב האט גיהאלטן א דרשה וועגען קביעת עתים לתורה האט ער גיזאגט "אין אזוי אויך יונגעלייט וואס ארבייטן אין כולל דארפן אויך זעהן קובע זיין א שיעור צופרי און ביינאכט"



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/12/2004 20:04 לינק ישיר 

משיח
דאס אז די ווייבער פייניגען מענער צו לערנען אין כולל מאכט עס נאכנישט איינגעפירט, אז איינער טוט א שידוך וואס איז נישט פאסיג, זיין ווייב וויל ער זאל לערנען און ער וויל נישט איז דאס זיין פראבלעם, פארדעם מיינט נישט אז לערנען אין כולל איז נישט קיין גוטע זאך, אדרבה אז זיין ווייב וויל דאס פאר איר פרענדס איז טא באד, אדער קום דיך אדורעך מיט דיין ווייב חבר'טס אדער גיי אין שמאכט אין כולל. א גוטע זאך בלייבט עס פאר די וואס ווילען לערנען.

א וויכטיגע נקודה, נישט יעדער האט די בעסטע קאפ, עם כל זה האבען אסאך מענטשען ליב צו לערנען, און פארדעם איז זייער גוט אז יעדער זאל גיין אין כולל אין לערנען כפי יכולתו, ווען ער דארף ארבעטען וועט ער גיין.

דאס וואס די זאגסט וועגען זיך לערנען א פאך, די מציאות האט געוויזען אז ווען איינער הייבט אהן זעהן אז ער דארף גיין ארבעטען האט ער גענוג צייט זיך צו גיין לערנען עפעס פאר 6 חדשים און גיין ארבעטען, 6 חדשים קענען רוב מענטשען אדורך מאכען. דער וואס וויל גיין אין ביזנעס אליין, און דארף צוויי יאר צו קענען מאכען אפאר דאלאר, איז זעלסט פארשטענדליך א פין די צען פראצענט יחידים, און אויף זיי זארג דיך נישט, זיי וועלען טרעפען א וועג.

נישט דא קיין שום סיבה צו גיין ארבעטען פאר מען דארף דאס געלט, עכ"פ פאר די וואס האבען ליב צו לערנען, די וואס כולל איז פאר זיי א תפיסה ווערען געבעטען צו קאנווינצען זייער ווייבער מיט כל הטענות שבעולם אז זיי זאלען פארלאזען כולל וואס שנעלער און גיין מאכען אפאר דאלאר.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/12/2004 20:13 לינק ישיר 

אני הקטן לא שמעתי. לא מהדרבצינר ולא מהרב'ה ולא מהרבעצין .
אלא אחד מחשובי זקני ירושלים אמר לי בזמנו בגיל 21 בישיבה מסוימת בי-ם "אם אין לך זיז פלייש אנא צא לעבוד במקום מכובד וסגור (כוונתו שלא בחנות וכו' שכולם יראו). כי """" בחור שנמצא בישיבה ולא לומד אלא הולך בטל . הוא מלא וגדוש בפגמים ה"י """"

לכן אני אומר אם האברך ישב בכולל רק בשביל שידברו שהוא בכולל . או שהוא לא יכול להיות נטל על הוריו וחותנו . יצא לעבוד ויקבע עיתים לתורה !!! (כמו שאני עושה למשל...)



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/12/2004 01:10 לינק ישיר 

קיינער איז נישט מחולק מיט דיר קעכער.

די שאלה דא איז מער אויף דעם וואס מען קוקט אויף דעם ווי א חשיבות, און פארדעם ווילען מענטשען וואס זענען נישט פאסיג צו לערנען אין כולל, לערנען אין כולל.

עם כל זה, קען מען נישט העלפען אזא פראבלעם.
משל למה הדבר דומה. איינער געט אסאך צדקה, ממילא וויל א צווייטער אויך געבען אסאך צדקה, אבער ער האט נישט אזוי פיל, פייניגט עם די ווייב געב צדקה אזוי ווי יענעם, היעלה על הדעת אז מען זאל נישט געבען אסאך צדקה כדי שלא לבייש מי שאין לו?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > גיין אין כולל אדער גיין ארבעטן?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext