א באקאנטע ווארט... הנפטר מחבירו לא יפטר אלא מתוך דבר הלכה... (כ'געדענק נישט פונקטליך דאס לשון), פשוט פשט איז מ'זאל זיך געזעגענען מתוך דבר הלכה, אבער די וועלט זאגט א ווערטל: ווילסטו פטור ווערן פון דיין חבר, זאג אים א דבר הלכה וועט ער אפציען פון דארט... ער וויל נאר רעדן נארישקייטן נישט קיין תורה (ליידער).
אזוי אויך טייטשט מען, אל תקרי הליכות אלא הלכות, אז דו ווילסט איינער זאל אוועקגיין פון דיר, זאג נישט "גיי דיר פון דאנעט", נאר הייב אן צו לערנען הלכות וועט ער זאפארט אפטראגן. דאס איז פשט אל תקרי הליכות, זאג נישט "גיי", אלא הלכות.
ע' פנים לתורה, פון די תורה קען מען טרעפן עצות צו אלע פראבלעמען!...
|
|