איך האב קיינמאל נישט געארבעט אויף QUICKEN ממילא ווייס איך נישט גענוי וואס דאס איז. איך האב אלץ געמיינט אז דאס איז פאר פערסאנעל פינאנץ, איך האב נישט געוואוסט אז מ'קען פירן קליינע ביזנעסעס מיט דעם, ווי עס קוקט אויס פון דיינע ווערטער. לויט מיינע ידיעות, האב מען שטענדיג קאמפערט (צוגעגליכן בלע"ז) QUICKEN צו MICROSOFT MONEY און נישט צו קוויק-בוקס.
איך וועל שרייבן מיינע קשיות אין קורצן. איך בין נאך א היבשער "מן הארץ" אין QUICKBOOKS, איך ארבעט דערויף סך הכל פון עטליכע חדשים און נאר די ארבייט וואס מען האט מיר אויסגעלערנט (איך האב איבערגעונמען א צווייטן).
איך נוץ זייער אפט QUICK REPORT, ד.ה. איך מאך א רייט-קליק אויף א קאסטומער, און איך קען זעהן א רשימה פון אלע זיינע טרענזעקשאנס פון די DATE וואס איך באשטים ביז היינט (אדער ביז ווען איך וויל). ביי דעם פרט האב איך עטליכע קשיות:
1) די INVOICE און די PAYMENTS קוקן ביידע אויס זייער אייניג, אין אנדערע רעפארטס קומען די פעימענטס און קרעדיטס (נעגעטיוו נאמבערס) אין רויט מיט א מיינוס סיין. איז דאס מעגליך צו מאכן אין דעם קוויק-רעפארט? (א שאד איך האב נישט די אלע פיטשעווקעס וואס איך האב דא אין הייד פארק, מ'קען מאכן וועלכע קאליר מען וויל און ווי מענטשעלעך טאנצן!)
2) עס קומט ארויס בערך 10 קאלומס, די אינוואויס נומער, דעיט, מעסעדזש (מעמא), וועלכע באנק אקאונט די טרענזעקשאן איז אריין, וכו'. למעשה וויל איך נישט האבן אלע קאלומס, נאר 4 אדער 5 פון דעם, און איך וויל אויך עדזשאסטן די ברייטקייט פון יעדע קאלום אנדערש ווי ער וויל, אבער יעדע מאל טוט ער נאכאמאל דאס זעלבע. צי קען איך אים דערלערנען ONCE FOR ALL אז ער זאל טון וואס מ'הייסט אים? MEMORIZE REPORT טוט נישט דאס.
3) איך נוץ QUICKBOOKS PRO 2002, איך טראכט צו קויפן די נייע פון 2005 וואס איז לעצטנס ארויסגעקומען, צוליב די פאלגענדע אורזאכן: מ'קען בעסער אויסשטעלן פארומס (אינוואויסעס, קרעדיט מעמאס, סטעיטמענטס, וכדו'); אויך לויט ווי זיי שרייבן, קען מען בעסער מענעדזשן די פעימענטס און קרעדיטס. אויף 2002 האב איך אסאך פראבלעמען, בפרט ווען איך מאך א "קאלעקשאן רעפארט", קומען מיר ארויף פילע קאסטומערס וואס האבן שוין א 0 באלאנס, וויבאלד זיי האבן ערגעץ א קרעדיט וכדו'. בקיצור, 2002 פארלאנגט אז יעדער חוב זאל האבן א פונקטליכער חשבון ביים באצאלן. ד.ה. למשל ווען א קאסטומער קויפט עפעס פאר 100 דאלער היינט, און נעקסטע וואך פאר 150 דאלער, מוז ער באצאלן אדער $250 אויף איינמאל, אדער עקסטערע 100 און 150 דאלאר - אז נישט - למשל ער צאלט קודם 75 און נאכדעם 175 - ווערט דער QUICKBOOKS צומישט! איך מוז גיין בכבודי ובעצמי און אים אנטייטלען, קוק אהער, די געלט גייט אהער און דאס גייט אהין... כולי האי ואולי וועט עס העלפן!
בקיצור, עס איז מיר שווער ארויסצושרייבן אלע פראבלעמען. איך וועל מוזן גיין צו די קורסן פון UJO... קען מען זיך דארטן עפעס אויסלערנען? איז עס בעסער פון די 5-שעה קלאס וואס מ'לערנט זיך איידער מ'נעמט לייסענס? 
 |
|
|