| נשלח ב-12/1/2005 03:42 |
|
| |
קארס / ווענס מיט DVD ???
רבותי! איר ווייסט דאך מן הסתמא אז דער יצר הרע שלאפט נישט, און יעדן טאג חדשים לבקרים ברענגט ער אויף פרישע נסיונות פאר אידישע קינדער. די רבנים וויינען און שרייען געוואלד! עסקנים פארברעכן מיט די הענט! טאטעס און מאמעס מאכן נאס די קישענעס מיט טרערן! דער דור האט זיך טיף אראפגעקייקלט... עס פאלט נעבעך שטיקער פון אידישקייט, אפילו דער בעסערער עולם איז אויך אפגעקילט, עס פעלט דער אמאליגער פייער צו יעדן דבר שבקדושה, און זאכן פון וואס מ'האט זיך דערווייטערט מצ"ט שערים של היתר כדי נישט אריינצופאלן בשער א' של איסור איז היינט לכתחילה מותר. צי איז דאס הכשרים, ארבייט פלעצער, קאמפיוטער, ווידיאו, און וואס נישט. ווי מ'זאגט: "יו נעים איט".
דעם יצר'ס וועג אין די לעצטערע יארן איז דוקא מיט גוטנס. די טעכנאלאגיע שמייכלט צו אונז, די שענסטע קאמפיוטערס, נייע עלעקטראנישע מכשירים טעגליך צי וועכנטליך, פון אלע 100 מתפללים אין א ביהמ"ד האבן זעלטן צוויי מענטשן דעם זעלבן סעלפאן, ס'איז א אויסוואל משוגע צו ווערן.
איינע פון די נייע פארגעשריטענע זאכן איז געווארן ווידיאו, א זאך וואס אלע אמאליגע רבנים האבן געהאקט דערויף און געשריגן אז דאס איז א שרעקליכע קליפה. היינט זעהט מען שוין היימישע רבנים עסן אין רעסטאראנט, און היימישע ערליכע בחורים און יונגעלייט כאפן ווידיא מכל דבר (שבקדושה?), א שמחה, אפכאפן די קינדער, וכו' וכו'. און כדי איבערצוקוקן קלאר די אלע מאוויס איז נישט פאראן קיין בעסערע זאך ווי א קאמפיוטער, ווי מ'קען זעהן שיין און קלאר דעם רבי'נס טיש, דעם רב'ס חתונה, דעם ברודער'ס שבע ברכות, און נאך. אלע שפילן און קאנצערטן פון די היינטיגע זינגער וכו'. אלעס לכאורה כשר וישר. אבער מ'האט דאס גע'אסר'ט בלויז ווייל אויב מ'האט שוין דעם כלי אויף א כשר'ן אופן קען מען אנקומען ווייטער און טיפער.
איך וויל מאכן א קליינע הפסק איידער איך בין ממשיך. איינער האט מיר לעצטנס געפרעגט פארוואס ווידיא איז אסור? וואס איז שלעכט אז מ'קען קוקן רבנים וחסידים, שמחות אין די משפחה, און אפילו מיאמי בויס קווייער? האב איך אים געענטפערט דאס אויבנדערמאנטע, ווייל מ'האט מורא היום אומר לו עשה כך ומחר אומר לו עשה כך עד שאומר לו לך ועבוד... ח"ו. ע"כ האט מען די כשר'ע אויך גע'אסר'ט. האט ער מיר צוריקגעפרעגט, אויב אזוי, וואלט מען געדארפט אסר'ן דעם טעלעפאן אויך ווייל מ'קען רופן טמא'נע מקומות, מ'דארף אסר'ן דעם טעיפרעקארדער ווייל מ'קען קויפן טעיפס און סי.די.'ס פול מיט דברים טמאים ה"י, און מ'ברויך פונקט אזוי אסר'ן פשוט'ע בילדער ווייל מ'קען צוקומען צו געמיינע בילדער? איך בין געבליבן אן לשון פאר א מאמענט, אבער איך האב אים געזאגט אז לפענ"ד קען מען האבן א שטיקל אויפקלערונג, אבער כ'קען נישט זאגן אז איך בין גערעכט. עס איז א שטיקל אחריות דאס צו זאגן. אלזא, אין יענע יארן ווען מ'האט גע'אסר'ט דעם ווידיא האט נאך נישט כל בר בי רב געהאט א ווידיא קעמערע אין טאש אפצוכאפן די דברים שבקדושה. די מאווי אינדוסריע איז בעיקר געווען געשטעלט אויף גוי'אישקייט און געמיינקייטן כדרכם בטומאה, אשר ע"כ איז נישט געווען קיין סיבה מתיר צו זיין ווידיא אויף די איינצעלנע זאכן וואס איז מותר. משא"כ די איבריגע זאכן, טעיפס זענען דא הייליגע דברות קודש (בפרט היינט-צו-טאגס אין יעדן ביהמ"ד), בילדער איז געווען פון פריערדיגע צדיקים וויפיל מ'האט געוואלט; און טעלעפאן איז אויך געווען א מאסט, מ'האט גערופן משפחה, חברים, רבי'ס און חסידים, ממילא דער חלק הטוב האט כמעט אריבערגעוואויגן דעם חלק הרע, און מ'האט דאס נישט גע'אסר'ט, כאטש יעדער (?) האט פארשטאנען אז מ'דארף זיין פארזיכטיג. קומט אויס אז היינטיגע צייטן, ווען דער ווידיא איז געווארן אזוי פאפולער און פול מיט דברים של היתר (איך קען עס נישט אנרופן דברים של קדושה – ווי קען מען זאגן אויף א חזיר וואס איז גע'שחט'ן מיט א כשר'ן מעסער אז ער איז כשר?) וועט לכאורה אוועקפאלן דער הארבער איסור אויף ווידיא, גענוי ווי אויף בילדער און טעיפס.
אצינד, צוריק צו די אויבנדערמאנטע טעמע. היינט קומען דאך שוין ארויס גאר קלארע מאוויס, וואס פארנעמט אסאך פלאץ. כדי דאס צו "סעיוון", איז קודם געווען די סי.די. רייטערס, און דערנאך, די לעצטע יאר-צוויי האט זיך שטארק אריינגערוקט די די.ווי.די. רייטער וואס נעמט ארויף אויף זיך 4.7 גיגאבייט, און היינט איז שוין דא די דאבל-לעיער וואס גייט אריין בערך דאפלט. זעלבסטפארשטענדליך אז צו קוקן די אלע זאכן מוז מען האבן א קאמפיוטער מיט די.ווי.די. אדער א DVD פלעיער. און די רבנים ציטערן געפערליך פון DVD ווייל אפילו די כשר'ע מואוויס פון די גוים פארמאגט אויך דברים של חשק און קען אראפפירן א בחור'ל פון וועג און אים אפקילן אויף אייביג (און יא, א יונגערמאן אויך!) וואס מיינט דען "כשר" ביי א גוי?
און צו דעם וויל איך יעצט צוקומען. די לעצטערע יארן האבן די קאר קאמפאניס אנגעהויבן אפפערן אין די עס.יו.ווי.'ס און אין מיניווענ'ס DVD פלעיערס, כדי צו האלטן די קינדער שטיל א גאנצן וועג. ביי די גויים איז דאס געווארן א הייס ארטיקל, און מ'פרייט זיך דערמיט כעל כל הון. פארשטענדליך אז ביי אידן נישט, און אפילו די דאזיגע וואס קוקן יא וועלן נישט גיין קוקן אין פאבליק אויפן גאס אז יעדער זאל זעהן ווי איך און מיינע קינדער וואטשן מאוויס, און בכלל אפילו די וואס קוקן עפ"י רוב לאזן נישט די קינדער קוקן. ממילא האבן די היימישע חסיד'ישע אידן פרובירט אויסצומיידן דעם DVD דאס נישט צו האבן אין קאר, בפרט אז דאס קאסט אן עקסטערע אלף'ל בערך אין אן אויטא.
אבער לעצטנס האבן עטליכע קאמפאניס אנגעהויבן דאס אריינלייגן "סטענדערד" אין מיניווענס. ד.ה. אומגעבעטענע טובות. למשל אלע נייע GM ווענס, די שעווי אפלענדער (וואס טוט ערזעצן דעם אזוי פאפולערן "ווענטשור"), די פאנטייאק מאנטענע SV6 (וואס טוט ערזעצן דעם מאנטענע) און דער ביואיק טערעזא (וואס ערזעצט דעם אלדסמאביל סילעהאוט – אלדסמאביל לעבט שוין נישט היינט, ווער עס ווייסט). זיי האבן אויך צוגעגעבן א פערטן ווען סעטארן רילעי. אלע 4 זענען די זעלבע ווען אויפן האר נאר מיט אן אנדערן נאז און רעדער. די ביואיק האט עטליכע מער לוקסוסדיגקייטן און איז שטילער ווי די אנדערע, אבער דאס איז דאס. אלע 4 פון די דאזיגע קומט מיט א DVD און מ'קען נישט קויפן אן דעם. ס'קומט STANDARD צי דו ווילסט יא צי נישט. (איך וואלט געקענט באשטיין צו צאלן 1000 דאלער ווייניגער און עס נישט האבן "סטענדערד"...)
אזוי אויך די נייע "טאיאטע סייענע" האט אויף רוב פעקעדזשעס א DVD, ד.ה. דו קענסט נעמען א CE נידריגע BASE MODEL און גארנישט האבן, אבער רוב אידעלעך דארפן עפעס מער ווי דעם, ס'טייטש אידן זענען דאך עפעס א העכער פאלק, חייב אדם לומר (בממון שלו) בשבילי נברא העולם וכדו', ממילא גייט מען ארויף צו די נעקסטע מדריגה, די LE, וואס קומט שוין מיט א DVD.
בקיצור, וואס האלט איר? וועלן די עסקנים און רבנים אסר'ן די ווענס? און אויב איינער קויפט דאס וועט ער מוזן ארויסברעכן דעם 1000 דאלאר'דיגן פיטשיווקע? וועט איין טאג שטיין א צעטל אין ביהמ"ד אז מ'טאר נישט קויפן אדער פארקויפן GM ווענס? אדער וועלן זיי בעטן די עסקנים צו קאנטאקטן די קאמפאניס און בעטן דאס אראפצונעמען? (אויב ס'איז שייך אזא זאך). – וואס איז אייער OPINION?
אגב – פאר די וואס טראכטן פון קויפן א נייע GM ווען, זאלן וויסן אז זיי מאכן מער נישט די 8 פאסאנזשירן מאדעל, נאר די 7 פאסאנזשירן. אויב ווילט איר האבן פלאץ פאר 8 לעגאל, קענט איר נאר קויפן דעם טאיאטע סיענע, אדער די נייע 2005 האנדע אדיסי.
תוקן על ידי - שמעק_טאביק - 12/01/2005 3:53:55
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-12/1/2005 03:52 |
|
| |
וואס איז מיט די ראדיאס אין יעדע קאר?
|
|
|
|
| נשלח ב-12/1/2005 03:56 |
|
| |
האסט א גוטע קשיא! איך ווייס טאקע נישט. אבער מ'האט קיינמאל נישט געהערט אז ראדיא זאל זיין א מאסן קבר פאר טויזענטער ערליכע אידן, און רבנים האבן קיינמאל נישט אזוי ביטער פארפירט קעגן ראדיא. איך געדענק נישט קיין איין איינציגע קול קורא דערקעגן. מן הסתמא איז DVD אן ערגערע מדריגה ווי ראדיא.
|
|
|
|
| נשלח ב-12/1/2005 04:10 |
|
| |
Jewboy
איך ווייס נישט וואס דו מיינסט מיט דעם... ווילסט מיר פארגלייכן צו דעם מוסר זאגער?... האסטו מיר נישט גוט פארשטאנען! פליז דאנט געט מי ראנג! איך זאג קיינעם נישט קיין דעות, און פון מיר אויס קען יעדער האבן וואס ער וויל, זאגן וואס ער טראכט, און עסן וואס ער האט ליב. (אדרבה, דו האסט געמאכט תקנות הפארום, נישט אזוי?...)
איך בין נאר נייגעריג וואס דער עולם טראכט דערפון, צי איינער ווייסט דערפון, און צי רבנים וועלן עפעס טון דערוועגן. צוליב דעם האב איך געמאכט די לאנגע הקדמה אז רבנים שרייען און וויינען אויף די.ווי.די. איך אליין האב עטליכע מאוויס פון מיין משפחה וואס איך קוק אויפן קאמפיוטער, און פון רבי'ס, מיאמי, אברהם פריד, יוסף שפיל, על נהרות בבל, און נאך. ממילא קוק מיך נישט אן ווי א קריטיקירער...
אויב האסטו עפעס אנדערש געמיינט, ביטע זיי מיר מסביר, איך ווייס נישט וואס דו מיינסט. ואתך הסליחה (מיט א פתח אונטער די ח') 
|
|
|
|
| נשלח ב-12/1/2005 04:31 |
|
| |
דאכט זיך מיט אז אין ארץ ישראל האט מען עס געאסר'ט
|
|
|
|
| נשלח ב-12/1/2005 04:36 |
|
| |
שמעק, איך האב גארנישט געמיינט, אדרבא ס'איז א אינטרעסאנטע נושא, באט יו נאו, יו דאנט וואנט טו נאו....
ליכ', און א"י קען מען עס נישט אסרן, פשוט קיינער קען עס נאכנישט ערפארדן.
|
|
|
|
| נשלח ב-12/1/2005 04:39 |
|
| |
שמעק_טאבאק
די רבנים זענען היינט אין א פראבלעם, קיינער קימערט נישט איבער זייערע איסורים, פלעין און פשוט מען פאלגט נישט, קיינער האט נישט מורא פון דעם ולא תסור היינט ליידער, יעדער פארשטייט בעסער.
און די רבנים ווייסן דאס גאנץ גוט, א רב האט מיר אמאל געזאגט "פארוואס זאל איך מיין פנים באגראבן צוליב א ספק איסור"...
אבער, אויב וועלן זיי קענען דאס דערשטיקן פאר עס ווערט "אריינגעכאפט צווישן עולם" האלט איך וועלן זיי דאס גערן טוען. והיה אם לא לא...
די רבנים/כלל טיער'ס ווייסן נאכנישט דערפון (אפשר יעצט שוין יא :-)) אדרבה אויב די ווייסט דערפון און האלטסט אז עס קען ברענגען א פירצה, זיי מחזק אידישקייט און זיי דער צאמנעמער פון די חתימות..
|
|
|
|
| נשלח ב-12/1/2005 06:02 |
|
| |
מען דארף צו אסר'ן איעדער זאך וואס איז שכיח אז מען קומט צו לדבר איסור. היות ווידיאס איז געווען געמאכט פאר ערוואקסענע צו קוקען ווידיאס, ד.ה. אז אסאך מענטשען וואס האבען געהאט ווידיא מאשינען האבען דאס גענוצט אויף צו קוקען "כשר'ע" מאוויס, האט מען דאס געאסר'ט, משא"כ טעיפס טעלעפאנען, וואס איז נישט שכיח מען זאל צו קומען לידי איסור דורך דעם אסר'ט מען נישט, וד"ל.
בנוגע דיוודי פאר די קאר, היות עס איז שווער צו גלייבען אז אין די קאר וועט איינער קוקען אויף דברים מאוסים, "קען זיין" אז מען דארף עס נישט אסר'ן.
|
|
|
|
| נשלח ב-12/1/2005 06:08 |
|
| |
איך וויל אויך ארויסברענגען לגבי איין נקודה וואס איינער האט דא געשריבען, אז רבנים אסר'ן נישט וועגען מען פאלגט זיי נישט, איך ווייס נישט צו עס אמת אז רבנים אסר'ן נישט וועגען דעם, אבער טאמער איז עס אמת, בין איך שטארק קעגען אזא הנחה.
רבנים דארפען נישט מען זאל זיי פאלגען, זיי דארפען זאגען את המעשה אשר יעשון, און טאמער זיי ווייסען אז מען פאלגט זיי נישט, דארף עס זיי נישט אנגיין קיין חוט השערה, עס איז נישט זייער אויפגאבע מען זאל זיי פאלגען, עס איז זייער אויפגאבע צו זאגן וואס מען מעג און וואס מען טאר נישט. אפילו עס זאל נאר אויפטוהען אויף אפאר פראצענט האט זיך עס שוין געלוינט, און אפילו "קיינער" זאל נישט פאלגען עם כל זה דארפען זיי זאגען וואס מען מעג און וואס מען טאר נישט.
אוודאי איז דא א דערהער פין מוטב שיהיו שוגגין ואל יהיו מזידין וואס געהער נישט דא.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-12/1/2005 07:08 |
|
| |
בארא פארקער, דו האסט גוטע נקודות. אבער דאס אז מ'זאל נישט מורא האבן ווייל אין קאר וועט קיינער נישט קוקן זאכן וואס מ'דארף נישט איז נישט גענוג. אמאליגע רבנים האבן גע'אסר'ט זאכן אפילו עס איז נאר א צד וספק של איסור.
אגב, וויל איך נאכברענגען וואס איך האב אמאל געהערט נאכזאגן פון א קלוגן גוי (חכמה בגויים תאמין) פארוואס מערערע מאדעלן ווענס גייט צוזאמען דער DVD שפילער מיט א GPS נעוויגאציע סיסטעם? ווייל דאס קינד, אלע זיינע יארן וואס ער פארט אויפן וועג קען ער נישט קוקן די וןועגן וואו מען פארט, ער קוקט דאך א מאווי, איז ממילא ווען ער הייבט אן דרייוון הייבט ער נישט אן צו קענען וועגן, ער ווייסט נישט בחייכון וביומיכון, ע"כ מוז ער האבן א נעוויגעישן סיסטעם וואס זאל אים זאגן יעדן דריי וואו צו מאכן... ודפח"ח.
אקעי, מ'טאר נישט זאגן ודפח"ח אויף א גוי? חכם איז נישט קיין פראבלעם, ווי פריער געזאגט, חכמה בגויים תאמין; אבער חן? הרב יאנקל מילער שליט"א האט שוין לאנג געטייטשט "לא עשה "חן" לכל גוי", הקב"ה האט נישט געגעבן חן אין א גוי. גוט, דאן צי איך צוריק. וש"י וועל איך זיכער נישט שרייבן...
השתא דאתי לידן נימא בהו מילתא. הרב יאנקל מילער איז זיך נוהג צו נעמען א "צאמי" יעדן ערב יום כיפור, ווייל מען טוט תשובה איז מען "כקטן שנולד"...
אזוי אויך הייסט ער יעדן חתן נעמען א צאמי אונטער די חופה, זכר צו די ברכה "כשם שנכנס לברית כן יכנס לתורה ולחופה ולמעשים טובים"...
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-12/1/2005 16:24 |
|
| |
מען טאר נישט געבען גויים קיין חן, עס איז אן איסור, ולא תחנם.
|
|
|
|
| נשלח ב-13/1/2005 02:08 |
|
| |
ווען קומט ארויס א קול קורא קעגן די נייע פירצה
|
|
|
|
| נשלח ב-13/1/2005 20:53 |
|
| |
עס זענען פארהאנען צוויי כללים:
1. If you can't fight them, join them.
2. כח דהתירא עדיף.
ווען די רבנים וואלטן זיך פארנומען מיט זיכער מאכן אז עס זאל זיין איבערפלוס פון היימישע כשר'ע מאטריאל, וואלטן זיי אסאך מער אויפגעטוען.
פאר די סיבה וואס מען האט גע'אסר'ט ווידעא, וואלט מען אויך געדארפט אסר'ן:
1. צייטונגען
2. ביכער
3. מעגעזינס
4. שפילן - פלעיס
נאר די רבנים פונעם פריערדיקן דור (פארן קריג) האבן פארשטאנען, אז אסר'ן וועט נישט העלפן, די איינציגסטע וועג איז צו פארקויפן אייגנס, האט מען גענאכט, היימישע צייטונגען, ביכער (די באקאנטע שרייבער מ. לעהמאן, אז געווען א רב!!!), אייגענע מעגעזינס. די רבנים רבנים האבן געשוויצט פאר יידענס וועגן, היינט די רבנים זיצן באקוועם אין זייער אפיס, וואס זאלן זיי טוען, זיי מוזן למעשה עפעס טוען, זיי האבן דאך אן אחריות, So they take the easy way out. זיי אסר'ן.
אויף דעם האבן חכמינו ז"ל שוין געזאגט "כח דהתירא עדיף", קום נישט ארויס מיט קיין איסורים, גיי שוויץ און געב ארויס א היתר.
נישט קיין וואונדער אז רבנים האבן גע'אסר'ט קאמפיוטערס (רב פון זיי האבן עס אינדערהיים, איז דאס דען נישט קיין היפאקריזם????), ווידעא'ס, אינטערנעט וכדו' אין עס טועט גארנישט אויף ביים עולם.
זאלן ארויס געבן, כשר'ע די. ווי. די.'ס, שטעל אויף יידישע היימישע וועבסייט'ס, פארוואס א צייטונג קען איך האבן א היימישע, אבער אינטערנעט מוז איך טשעקן סי ען ען?
ווי וועלן זיי קענען שרייען ידינו לא שפכו וגו', זיי באגלייטן אונז נישט!!!!!!!
מען קען שרייבן נאך און נאך..... איך וועל מיך דא אפשטעלן.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-14/1/2005 06:19 |
|
| |
יאסעלע ביסט נישט אינגאנצען גערעכט.
אפילו עס זאל זיין כשרע ווידיאס איז נאך אלץ בעסער צו נישט האבען א ווידיא מאשין אינדערהיים. אינטערנעט דארף זיין אסור, און נאר מותר לצורך פרנסה וכדומה. מיט מאכען כשרע וועבסייטס טוט מען כשר'ן די זאך. וכן לענין דיווידי, מיט מאכען כשרע טוט מען מתיר זיין די די ווי די.
בעסער איז נישט צו האבען בכלל, און אויב מען האט עס לאיזה צורך איז וואס מער ממעט זיין זיך משתמש זיין אין פלעצער וואס מען קען צוקומען צו נישט גוטס.
|
|
|
|
| נשלח ב-14/1/2005 17:56 |
|
| |
יוסעלע, בארא פארקער, קוקטס נאר אן דעם בילד.
חול המועד גייט יעדער פארברענגן, האבן אפאר יונגעלייט ארגאנאזירט א הערליכע שיינע שפיל אפאר יאר און א צי. נו, די רבנים זענען געגאנגן און עס גע'אסר'ט, וואס האבן די בחורים געטוען?
נישט געגאנגן צו די פלעי נאר אין "טיאטער"!!
א גוטע פלעי ארזעצט א "טיאטער" 100%! בפרט חוה"מ און בין הזמנים, לאזט גיין צו א פלעי, איז מען צופרידן, לאזט נישט געשעהט וואס עס געשעהט!
זאל דער אייבירשטער אפהיטן אידן פון אלע מכשולות.
|
|
|
|
|