בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

סאשע שיקט פייערלעשער צום שווער

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-16/1/2005 19:32 לינק ישיר 
סאשע שיקט פייערלעשער צום שווער

אזוי ווי דער קאמף קעגן כ"ק מרן רבינו שליט"א פארט נישט אין איר ריכטונג
אין על אפה וחמתה איז שוין זעקס יאר וואס זי האפט אויף דעם ערגסטען (ווער געדענק ווי זי האט געגעבן פאר דריי יאר צוריק פסח נאר צוויי חדשים וד"ל )אבער דער בוכה"ע
פירט אנדערש דh וועל ווי זי וויל אין ב"ה אז מיר האבן די זכיה אז נשיא אלוקים בתוכינו
אין דאס איז שטעכט ווי א ביין אין האלז אין טראץ אלע אירע באפעלען צו פארשטערן די תפילות אין טישען פין רבינו הקדוש שליט"א איז עס אנדערשט ווי זי האט פארארדענט

דעם שבת פרשת בא וואס מוצש"ק געפאלט דער יארצייט פינעם הייליגען עצי חיים אין דאן איז א צייט וואס יעדער קומט צום רבין מיטצוהאלטען צום פארבליבענעם צווייגעל פין די עצי התמרים צו שעפן קדושה מנועם זיו קדשו אין איז שוין געווען טא מאטש פאר איר צו דערהייבען
אין דער באפעל איז געווען קלאר עס צו פארשטערן אין ב"ה אז רבינו שליט"א האט טראץ דעם וואס ער איז געווען שטארק פארקילט געפירט א הערליכען טיש איןאיןגעדאווווענט מוסף פארו עמוד אין אזוי אויך שלש סעודות איז הערליך אדורך

אין אזוי ווי עס איז געווען ארויסגעלייגט די מודעה פין קהל ייטב לב אז דער רבי וועט פירען טיש מוצש"ק לכבוד די יומא דהלולוא פין זיין הייליגען טאטען איןוועגן די גרויסע קעלט האט מען באשלאסען עס צו מאכן אין בהמ"ד ברך משה ווי עס איז ב"ה געווען א הערליכען טיש צוזאמען מיטן גאנצען עולם אין איידעלע בחורי חמד מיט א חרדת קודש אויף די פארענשטעס

דאס איז שוין געווען נישט אויסצהאלטען אין זיי האבן געשיקט די פייער דעפארטמענט צום הייליגען טיש עס צו פארשטערן אבער עס האט זיי געהאלפען פינקט ווי כ"א כיסליו(דער טיש איז שוין געווען געענדיגט ) וואס זיי האבן גארנישט געטאן נאר זיך אוועק געגאנגען אין סאשע איז געבליבען מיט די צונג אינדרויסען
אגב צו רבינו הקדוש זי"ע אויפן זעלבען פלאץ האבן שונאים אויך געשיקט אויפן זעלבען פלאדץ פייערלעשערס אינמיטען די הייליגע שובבים תורות (וואס ווען די היכל התורה חיות זענען אריינגעקומען אין שול אין ראדני מוצש"ק איבערצודרייעןן דעם טיש אין עס איז בשעת מעשה געזיצען הונדערטער אידען אין אויסגעהערט די שובבים טעפטס פין רבין זי"ע זענען זיי געשטאנען אין געלאכט ווי זיי פארשטייען נישט וואס עס קומען דא אזויפיל אידן הערן א טעיפ פינעם אלטען רבין-עס איז צו פארשטיין אזוי ווי זיי האבן זייערע עלטערן קיינמאל נשיט געזען הערן טעיפ פינעם רבין זי"ע




תוקן על ידי - ekstein - 16/01/2005 19:40:40



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/1/2005 20:11 לינק ישיר 

נעבעך עקשטיין

דיין תגובה טוט נאר באשטעטיגען וואס די בלאט שרייבט, נעמליך, אז עס הערשט א שרעקליכע דערמאלזאציע ביי די זאלי לאגער, אזש ווי מען זעט וואס פאר א שטותים אין הבלים, זיי מוזען נעבעך שרייבן צי בארואיגען זייערע אנגעשטרענגטע נערווען. מען דארף נעבעך אויסזויגן מעשיות פין די פיס פינגערס אין פיטערען די דערשלאגענע זאליס וואס קענען נאך נישט צי זיך קומען פין די לעצטע אנטוויקלונגען פין געריכט, אין די מפלות וואס זיי כאפען אריין רעכטס אין לינקס, ממש מען זעהט אז עס בארירט זיי די נערווען רח"ל.

עקשטיין זיסער, שרייב נאך אזעלעכע נערישקייטן ביסט מהנה אסאך יודען

KEEP IT UP




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/1/2005 20:17 לינק ישיר 

עקשטיין, דו פארציילסט נישט די גאנצע מעשה...

נישט נאר וואס סאשע שיקט פייעלעשער צו זיין שווער

1. אויך שטייט סאשע יעדע שלש סעודות אין ווייבער שול און שפריצט אראפ וואסער אויף איר שווער

2. פון ווייבער שול ווארפט זי פאשקעווילן אויף איר שווער'ס שטראמעל

3. זי ווארפט אראפ און שלאגט בחורים און אינגעלייט וואס שטייען אויף די ברענצ'עס

4. זי דרייט איבער די טישן און שלעפט ארויס איר שווער אין מיטן טיש ווייל מ'זינגט נישט א ניגון וואס זי גלייכט.

5. זי לויפט ארויף אויפן טיש און שטויסט מענטשן אין אויג אנמאכענדיג מהומות, אין נאכדעם שלעפט זי ארויס איר שווער בחרפות

5. זי שלאגט און זידלט אן אידן וואס ווילן גריסן אדער געבן שלום, אנמאכענדיג בושות פאר זיין אלטן שווער נעבעך

6. זי שפארט איין איר שווער אין לאזט איר נישט קומען אין ביהמ"ד, פירן טישן, זיך באטיילגן ביי דינער און מסיבות פון זיינע אייגענע מוסדות, שמחות פון זיינע אייגענע קינדער און אייניקלעך

אוי סאשע סאשע!!! עד מתי!!! נעם שוין אראפ דיינע ציוניסטישע הענט פון דיין הייליגע שווער!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/1/2005 20:46 לינק ישיר 

עקשטיין

אז דו ביזט יא געווען ביי טיש, פרייטאג צו נאכטס

אפשר ביזטו מזכה דעם עולם, און די פארציילסט אונז דער הערליכן באגעגעניש צווישן ר' מאיר הירש, מיט הנגיד זיגי בראך

אל תמנע טוב, נו פארצייל, "די רעסט אוו די סטארי"



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/1/2005 20:58 לינק ישיר 

KJ
פארוואס זאל מען ווארטען אויף עקשטיין? אז די האסט הייסע סחורה זיי מזכה דעם עולם.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/1/2005 21:07 לינק ישיר 

עפשטיין

ווען ס'איז דא זייער גוטע סחורה, לוינט אייביג צו הערן 'די אנדערע זייט'

ווי למשל די וואך בין אין אריין אין סטאר, האב איך געקויפט 'דער איד' און נישט 'דער בלאט' ווייל ס'איז מיר אינטערעסאנטער געווען צו זעהן וואס דער איד וועט שרייבן אז מען אויסגעקראסט די קראס אפיעל

לדאבוני, האב איך דערלייגט א דאללער אקאווער, פלאס מיין דיסאפוינטמענט, אז דער איד האט אנגעפילט א מויל מיט וואסער

די זעלביגע דא אויך, אויב איך מעגליך צו הערן 'די אנדערע זייט' ווי 'זיגי' האט "צוגעפיקסט" מאיר הירש, וויל איך קודם ווארטן

אוודאי אויב די איד שרייבער דא אויף הייד פארק וועלן ווידער אנפילן א מויל מיט וואסער, וועט מען אוודאי מעלדן די נייעס

'לעטס גיוו איט ענאדער דעי',



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/1/2005 02:04 לינק ישיר 

kj איך האב שוין איינמאל געשריבען אז מען האט אנגעזאגט די באצאהלטע שרייבערס אז יעצט זאלען זיי נישט שרייבען וועגען די קארט עד יעבור זעם
נאר אוועק דרייען די יוצרות מיט נערישע תגובות

במילא נעם עיהם נישט ארויס פון די כלים מיט זיינע שוואכע נערווען נישט קיין נפקא מינא מיט וואס פאר א נאמען ער ניצט יעצט

איך וועל נישט זיין סופרייזד אז ער וועט שרייבען אז מען האט געזען סאשע אינעם פייער טראק



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > סאשע שיקט פייערלעשער צום שווער
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext