בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

שאלה: מעשר געלט

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-19/1/2005 03:40 לינק ישיר 
שאלה: מעשר געלט


געלט וואס מ'פארדינט פון הכנסת חתן/כלה דארף מען געבן מעשר?

אז איינער געט געלט פאר א ספציפישע זאך, יענער זאגט קויף דאס און דאס מיט מיין טשעק, דארף מען געבן מעשר דערפון? (לאוו דווקא הכנסת כלה, בכללית)



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/1/2005 05:17 לינק ישיר 


דער גאנצער ענין פון מעשר קען מען טרעפן פארשידענע התירים אז מען זוכט, בפרט אז מען האט נישט קיין פרנסה בריווח.

נאר עס איז אויך א סגולה, ובחנוני נא בזאת, ממילא לוינט דאס יא איינצוהאלטן, אבער מען זאל זיך אויסנעמען קלאר "בלי נדר".

ווען יענער גיט דיר געלט פאר א סעציפישע זאך דארפסטו נישט גיבן מעשר דערפון.
דאס זעלבע כולל געלט, רעגירונג הילף, א.ד.ג. וואס דו באקומסט צום לעבן מוזטו נישט געבן מעשר.

איך פסקן נישט למעשה, רעדט זיך דורך מיט א רב, א מורה הוראה, ער וועט דיר ענטפערן קלאר בסבר פנים יפות.
פארגעס אים אבער נישט צו געבן אביסל מעשר!




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/1/2005 12:13 לינק ישיר 

א רב האט מיר אמאל געזאגט:
אינטערסאנט אז נאר כולל יונגערלייט, און כלי קודש האבן מעשר פראבלעימען, די גבירים נישט!!!!!!:addSymbol('');



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/1/2005 16:06 לינק ישיר 

איך האב אמאל געהערט נאכזאגן, אז דער גאנצער ענין פון מעשר איז "הפרשת מעשר"... מענטשן מאכן א טעות און מיינען אז מ'גיט א צענטל פון די געלט פאר צדקה האט מען יוצא געווען די מצוה פון מעשר. עס איז באמת א טעות, דאס איז די מצוה פון צדקה, מ'מישט אויס די יוצרות.

למשל, ווען איינער באקומט 100 דאלער, און מארגן נאך 100, און סוף וואך גיט ער א צוואנציגער מעשר, האט ער נישט יוצא געווען די מצוה פון מעשר, און פארלוירן די סגולה פון "ובחנוני נא בזאת"... ער האט בלויז מקיים געווען די מצוה פון צדקה.

די מצוה פון "הפרשת מעשר" איז, ווען איינער גיט דיר געלט, זאלסטו זאפארט אראפנעמען און לייגן אין די זייט א צענטל דערפון. מוזט עס נישט געבן תיכף פאר אן ארעמאן אדער מוסד, אבער קודם אוועקלייגן. באקומסטו מארגן נאך א הונדערטער? נעם נאכאמאל תיכף 10 דאלער און לייג אוועק אין די זייט לשם מצות מעשר, אזוי באקומט די געלט א קדושה און מ'איז מקיים מצות מעשר.

עס זענען פאראן דיינים וואס פסק'ענען פאר מענטשן אין שווערע מצבים, אז מ'זאל קודם אפשיידן מעשר, און אויב מ'האט נישט קיין ברירה קען מען די געלט נוצן צו צאלן חובות (פריעת חוב מצוה), אבער קודם זאל חל זיין די ברכה אויף די געלט צוליב די מצוה פון "הפרשת מעשר". הפרשה מיינט "אפשיידן" פאר ווער עס ווייסט נישט.

איך פסק'ן נישט קיין הלכות, און יעדער זאל פרעגן זיין מורה הוראה וואס צו טוהן למעשה.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/1/2005 17:46 לינק ישיר 

א גוטן הרב שמעק טאביק

קודם כל מוז איך דיר קאמפלימענטירן אויף דיינע הודעות און תגובות. עס ברענגט מיר שטענדיג א קורת רוח. עס איז שיין און קלאר באשריבן, אן קיין טעותים, א גוטן חיתוך הלשון, און געשמאק צום ליינען.

פון דיינע השקפות קוקט אויך אויס ווי דו ביסט א קלוגער מענטש, וואס לאזט זיך נישט פארפירן פון שטותים. דאס אלע אויבנדערמאנטע האב איך אויך געהערט פון נאך ליינער דא אויפן פורום.

צוליב דעם איז מיר געווען א וואונדער דיינע אויבנדערמאנטע ווערטער. (וואס ס'קען זיין אז ס'איז אריין געפאלן מחמת טעות, או מחמת שיגרת הלשון).

דיינע ווערטער זענען ווי פאלגנד:
מוזט עס נישט געבן תיכף פאר אן ארעמאן אדער מוסד.

זייט ווען האט א מוסד א דין פון צדקה? כ'האב אסאך געטראכט דערפון, און געפרעגט מענטשן דערוועגן, און אלע האבן מיר מודה געווען, אז א מוסד איז נישט קיין צדקה. קיין שום ארגאנאזאציע האט נישט דעם דין. צדקה מיינט געבן פאר אן ארעמאן.

די מענטשן וואס געבן געלט נאר פאר מוסדות האבן א גרויס'ן פראבלעם, עס קען זיין אז אויף יענע וועלט, וועט מען זיי זאגן, אז זיי האבן קיינמאל אין לעבן נישט מקיים געווען מצות צדקה.

אפילו פאר 'חברה הצלה' וואס איז א וויכטיגע ארגאנאזאציע, און מ'דארף עס שטיצן - און איך שטיץ זיי שטארק דורכ'ן יאר - איז עס אבער נישט 'מצות צדקה'. עס קען זיין אז מ'האט א חלק אין הצלת נפשות, און נאך מצוות. אבער נישט צדקה.

נ.ב. כ'האב נישט געזוכט צו קריטיקירן דיינע ווערטער, ווי כ'האב געמיינט ארויס צו ברענגען די נקודה.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/1/2005 18:02 לינק ישיר 

YOU CAN PAY ANOTHER PERSON TUITION WITH MASAR AND HE CAN PAY YOURS WITH MASAR



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/1/2005 19:04 לינק ישיר 

שמעק טאביק

100% גערעכט

איך האב דאס טאקע געוואלט שרייבן, אז די עיקר ענין, פון מעשר, איז די "הפרשה"

אבער טראץ דעם וואס איך בין אויך נישט קיין פוסק, האב איך היבש געטאן, אין דעם ענין

און מיין עצה, טייערער מנהל, זיי מפריש מעשר, און קענסט עס נאכדעם נוצן פאר דיין אייגענע געברויכן פון 'הכנסת כלה'

און עס איז נישט בדיעבד, נאר לכתחלה שבלכתחלה, ווייל עס שטייט קלאר אין אלע פוסקים, אז די גרעסטע צדקה, איז ווען מען שטיצט די אייגענע משפחה, טאטע, זון, ברודער, און אוודאי די אייגענע כלה.......

און משיח השם, איך האב נישט ליעב צופיל צו גיין פערזענליך, אבער אזויפיל קען מען זאגן מיט א רואיגקייט, אז ווער עס זאגט אויף דיר 'עם הארץ', דארף איבערבעטן אלע עם הארצים




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/1/2005 20:02 לינק ישיר 


אידן,

איר האט מיך אינגאנצן צושאקלט. איך בין ב"ה ערליך מיט מעשר, אבער איך געב גרויסע חלקים דערפון פאר מוסדות, ישיבות, ארגאניזאציעס, אא"וו.

קיינמאל נישט געטראכט דאס איז א שאלה. כ'וועל אי"ה פרעגן מיין מורה דרך ביי ערשטע געלעגנהייט.

אגב, אויב איך זאג צו א נדבה פאר א מוסד, אפשר הייסט עס שוין יא צדקה, אפילו להמחמירים, ווייל איך באצאל א חוב...

הא?




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/1/2005 21:14 לינק ישיר 

אין וואס איז מיט א ארגאנאזאציע למשל קרן עזר וואס שטיצט ארימעלייט איז מוסד אדער צדקה



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/1/2005 00:07 לינק ישיר 


מיט מיר איז די מעשה אזוי.

יעדע 10 סענט אדער 10 אגורות (איזראעלי געלט) וואס איך פארדין נעם איך אייביג אראפ א צענטל, איך טוה דאס שוין יארן.

איר שרייבט דא אז געבן פאר א מוסדות איז נישט קיין צדקה אדער פון די מעשר געלט, סאמטינג לייק דעט, אלע יארן פלעג איך געבן מיין מעשר געלט פאר מוסדות רמ"א אין ירושלים, אדער פאר תומכי שבת פון ב"פ, און פאר נאך חשובע ארגעניזאציעס, אדער סתם פריוואטע ארעמעלייט. ווילט עטץ מיר זאגן אז דאס הייסט נישט געגעבן קיין צדקה?

פון אייגענע עקספירענס:
איך האב אמאל געדינגען א קאר אין א געוויסע לאנד אין דער וועלט, און למזלי הרע האב איך געמאכט א עקסידענט, וואס פונקט די מעשה איז געווען איז נישט קיין חילוק און ווער עס איז שולדיג, באט איך האב גלייך אנגעקאלט מיין רב מיט א ויצעקו "דאס קומט מיר פאר זיין א פיינער יוד?" מיין רב ענטפערט מיר ג'ובויל זיי נישט אזוי ווילד, דאס קומט פון איין סיבה: די סיבה דערפון איז ווייל די לעצטע אנדערהאלבן יאר האסטו נישט געגעבן קיין מעשר און פאר דעם האט דיין געלט געדארפט אוועק-גענומען ווערן פון דיר.

איך האב עקספטעט זיינע ווערטער, ווייל איך האב געזעהן אז ער ווייסט וואס ער רעדט. (איך האב נישט פארציילט אז איך האב אויפגעהערט געבן מעשר)

זייט יענע מעשה בין איך זייער מקפיד אויף מעשר, נישט קייו חילוק און וועלכע מצב איך שטיי, צו איך האב יא געלט צו לעבן אדער נישט, מעשר גייט אידערוועי.
אפי' איך טרעף געלט אויפן גאס גייט אראפ מעשר אקיצור פון יעדע סענט וואס איך מאך.

יעצט ביי הכנסת כלה האב איך בעיקר געוואלט וויסן אויב איינער געט א טשעק און זאגט קויף דאס אדער דאס.

איך וועל אייך געבן אן עקזעמפל:
איך האב באקומען פון איינעם 3500$ פאר מיין תנאים, יענער האט געזאגט אז דאס איז פאר זייגער מיטן האלל פאר די תנאים, און וכו'. האב איך געדארפט אראפ נעמען מעשר פון דעם? למעשה האב איך נישט!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/1/2005 00:23 לינק ישיר 

לכל המעוניינים
די ווערטער פון משיח ה' זענען נישט ריכטיג, שפעטער וועל איך מוסיף זיין.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/1/2005 00:25 לינק ישיר 

jewbow
זאג מיר שוין ווי דו פארסט יעצט, איך ציטער אז דו וועסט אריינקראכן אין מיר....

ליצנות אין א זייט געלייגט, דער אייבירשטער זאגט צו א געוואלד מיט שכר פארן געבן צדקה, און פארן געבן מעשר, און פארן געבן פאר א מוסד. די עיקר "מדובר" איז יעצט, אז מ'דארף "אפשיידן" דאס געלט, אזוי קען מען אריינכאפן 4/5 מצוות אויפאיינמאל [מעשר, צדקה, גמילת חסד, פיקוח נפש ועוד ועוד].



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/1/2005 01:51 לינק ישיר 

איך האב זעהר הנאה אז מען שמועסט תורה דא, סוף כל סוף געט עס אביסעל גערעכט פארן פארוויילען דא.
בנוגע מעשר כספים.
אפאר הערות
א. בנוגע די שאלה פין די מנהל האשכול. לכאורה דארף מען געבען מעשר פין א מתנה פונקט ווי געלט מען פארדינט. אבער ווען דער וואס געט די געלט זאגט אז ער געט פאר די זאל וכו', הייסט עס אז ער מאכט דיר א שליח צו געבען די געלט פאר איינעם, ממילא הייסט עס כאילו עס איז קיינמאל נישט געווען דיינס, דארף'סט די נישט געבען קיין מעשר. א ראי' איז דא, טאמער וואלסט די באקומען פין צוויי מענטשען געלט פאר די זאל, וואלסט די געווען מחוייב מודיע צו זיין פאר איינע פין זיי אז איינער האט דיך שוין געגעבען געלט, דאס איז פשוט.

ב. שמעק טאבאק
דאס וואס די שרייבסט איז האלב אמת. עס הייסט נישט קיין מעשר נאר אויב מען איז מפריש, (עס מיז נישט זיין בשעת מעשה אזוי ווי די האסט געשריבען, עס קען זיין א צייט שפעטער, און עס פעלט נישט אויס הפרשה, עס קען זיין סתם געלט וואס מען זאגט הרי זה מעשר), אבער צדקה הייסט עס אפילו מען איז נישט מפריש, און מעשר איז נישט קיין חיוב, צדקה איז א חיוב. און שו"ע שטייט (רמ"ט) אז מען דארף געבען צדקה נישט מעשר.

ג. צאלען חובות פין מעשר געלט וואס מען האט אפגעשייד, האט נישט קיין שום היתר, עס שטייט בפירוש אין ט"ז און אלע פוסקים, אין אדם פורע חובו ממעשר, אנגערעדט חובות פין מענטשען וואס די גאנצע מצוה דערפין איז מוטל בספק, נאר אפילו חובות אויף עניני מצוה טאר מען נישט אנצאהלען פין מעשר.

די איינציגסטע אופן וואס מען וואלט געמעגט איז אויב מען האט אינזין פאר די זמן הפרעון צו באצאלען פין מעשר, דעמאלס קען זיין אז מען מעג, עיין בט"ז ותבין.

ד.משיח, דאס וואס די שרייבסט וועגען א מוסד צו עס האט א דין צדקה. ביי מיר איז זיכער אז עס ווענדט זיך אין די מוסד, למשל א מוסד וואס דארף געלט צו צאלען מלמדים הייסט צדקה, א מוסד וואס גיט געלט פאר אפאר מנהלי המוסד הייסט נישט קיין צדקה. אבער זאגען אז א קיין שום מוסד הייסט נישט קיין צדקה איז אביסעל איבערגעטריבען.

אבער ביסט דאך אביסעל גערעכט. אין רמ"א רמ"ט שטייט אז מעשר געלט זאל מען נאר געבען פאר עניים נישט פאר קיין שום צורך מצוה. אין ט"ז און ש"ך ווערט געברענגט א מהר"ם, וואס זאגט קלאר אז מען מעג יא געבען מעשר געלט פאר א מצוה. און דארט אין פתחי תשובה ווערט געברענט א חתם סופר וואס זאגט אז עס איז נישט קיין מחלוקת, נאר עס ווענדט זיך אין די מנהג פין די מענטש, אויב די מענטש האט זיך דריי מאל געפירט צו געבען פאר עניים טאר ער נישט געבען פאר קיין אנדער מצוה, אויב אבער ווי באלד ער האט אנגעהויבען געבען מעשר האט ער באלט אנגעהויבען געבען פאר "מצות" מעג מען יא.

איך וואלט מאריך געווען לענגער, נאר די הענט ערלויבען נישט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/1/2005 01:54 לינק ישיר 

און נאך איין זאך
איך האב גאר שטארק הנאה פין די אמונה פשוטה פין אונזער מנהל הרב דזאבוי.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/1/2005 01:56 לינק ישיר 

איך זעה אז מענטשן נעמען די ווערטער פון דעם "מושיאך האשעם" זייער ערענסט

איז רבותי, סאיז שקר מיסודו, אן אריכות האף איך צו שרייבן אין דעם וויקענד

אבער דאס איז בקיצור, די מדריגות אין צדקה
1- צדקה פאר משפחה
2- צדקה פאר א אייגענע מוסד
3 צדקה פאר א יחיד

און יעצט הייב איך אן טראכטן, אז דער מושיאך האשעם, איז סאך א גרעסערער פארביסענער - איך וועל נישט שרייבן אז ער איז א אפיקורס, משום מעשה שהי' מיט דעם יעב"ץ, איך האף צו דעם אויך צוצוקמען - און פארביטערטער פערזאן

און טייערע דזשובוי, אויב האט דיר יענער געזאגט אז ער גיט דאס פאר די הוצאות שמחת התנאים, ביזטו זיכער פטור פון מעשה, ווי דער בעל מנחת יצחק שרייבט קלאר, לגבי געלט וואס א שווער גיט פאר אן איידעם צו באצאלן רענט, אז דער איידעם דארף נישט געבן קיין מעשר, און דאכט זיך אז הגאון ר' יעקב בלוי שרייבט אויך אזוי אין זיין ספר

איך וועל בל"נ, מאריך זיין, אין די נעקסטע עטליכע טאג




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/1/2005 02:03 לינק ישיר 

שלום עליכם, בארא פארקער, שמעק טאביק

א נחת, אז מען פאר א טשעינדזש רעדן אביסל תורה, און נאך תורה לשמה, דאס וואס איז נוגע למעשה

בארא פארקער, מושיאך האט געשריבן אז א מוסד איז נישט צדקה ער האט נישט געשריבן לגבי געבן מעשר פאר א מוסד, און דאס איז טאטאל פאלש

צווייטענס, זיכער איז דא א חילוק וואס דער מוסד איז, א תלמוד תורה, צו ח"י לייפליין, ביקור חולים, אגב, שטייט אין איינע פון די פוסקים, אז אפילו א חלק פון די געלט גייט נישט פאר צדקה, ווי למשל אז דער קאלעקטער נעמט למשל 25 פראצענט, גייט אבער די גאנצע 100 פראצענט אויף דעם נותן'ס חשבון

ואקצר בזה, און אדרבה מיינע טייערע בארא פארקער און שמעק טאביק, לאמיר זיך לאזן וואוילגיין, און שמועסן, א "געשמאקע" שמועס




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > שאלה: מעשר געלט
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext