| נשלח ב-23/1/2005 17:49 |
|
| |
האט רביה"ק זי"ע נישט געשריבן קיין צוואה?
אזוי ווי עס טוט זיך די טעג מיט די א.ג. "צוואה" פון רבינו שליט"א (?!) ווילט זיך פרעגן: האט טאקע רביה"ק זי"ע "נישט" געשריבן קיין צוואה?
מיין זיידע שליט"א [עטס קענט אים זיכער, עטס האטס אים שוין אפילו איינמאל דא "איבערגעלייגט"...] האט מיר כמ"פ פארציילט אז ווען ער איז געווארן העכער א "בן שבעים" לאוי"מ ושנים טובים, ווען ער האט באזוכט ביים רבי'ן זי"ע האט אים דער רבי אפאר מאל געפרעגט און אפילו פארגעהאלטן פארוואס ער שרייבט נישט קיין צוואה, "פארגעס נישט, ווען דו קומסט אהיים נעם דיך שרייבן, עס דארף זיין יעצט ווען מען האט א געהעריגן יישוב הדעת" האט אים רביה"ק געזאגט.
און מיין זיידע ענדיגט געווענדליך: נו, ווי לאזט זיך גלייבן אז "דער רב" [אזוי רופט ער אים!] אליין, האט גארנישט געשריבן, "עס לייגט זיך נישט אויפן שכל".
עס לאזט זיך דירבאטירן אזוי:
1. דער רבי האט טאקע געשריבן! אבער די שטוב-מענטשן זענען "מסתמא" נישט געווען צופרידן דערפון.
2. דער רבי האט נישט געשריבן! ווייל ער האט געוואוסט אז ער האט איבערגעלאזט שטארקע "שטאטוטען", און עס פעלט נישט אויס מער.
דער וואונדער איז זייער שטארק, אויב האט ער געשריבן, נאר עס ליגט באהאלטן ביי איינעם, ווי אזוי האט "דער יעניגער" אזא שטארקן "כח המעצר" עס נישט ארויסצוגעבן נאך אזויפיל יאר, און נאך אזויפיל שטורעמישע געשעענישן אין "מלכות סאטמאר"!!
מעגליך, אונז וועל מיר נאך ווערן איין טאג געכאפט אין א "סורפרייז"!!
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-23/1/2005 18:48 |
|
| |
משה בער איך מין אז די האסט געוואלט שרייבען אז
דער רבי ''שליטא'' נישט זי''ע
אדער האסטו געוואלט שרייבען אויף דיין זיידען ע''ה
אז נישט שטימט נישט די יארען דוק והשכח
אינטערעסנטע באמערקונג!!!
אז ווען פאפא רבי זי''ע איז אהיים געפארען פון רבי׳ס זי''ע לוויה זאגט מיר א קרוב וואס איז מיט געפארען אין קאר אז ער האט געזאגט אז עס לייגט זיך נישט אופען שכל אז אזא גרויסער מענטש זאל נישט איבערלאזען א צוואה
אין פאפא רביס צוואה איז אויך קיינמאל נישט אפירגעקומען
ווייטער ר׳ הערשעלע זי"ע האט איבערגעלאזט א צוואה ביי עטליכע פון זיינע אנשים מכובדים בפה לפי השמועה נאכדעם וואס ער האט געזעהן וואס מען קען טוהן פאר אייגענע אינטערעסע כאטש ר׳ הערשעלע האט געהאט ערליכע גבאים אבער זיי זענען נישט געווען בעה"ב איבער אלעס אזוי ווי עס האט זיך ארויסגעשטעלט
תוקן על ידי - 13Hooper - 23/01/2005 18:54:53
|
|
|
|
| נשלח ב-23/1/2005 22:52 |
|
| |
ווער עס זאגט אז דער רבי זי"ע האט נישט געשריבן קיין צוואה, איז מבזה דעם רבי'ן אויפן ערגסטן פארנעם !!!
ער שטעלט אהער דעם רבי'ן אדער ווי א שוטה, אדער ווי אן אכזר, וואס איז גרייט צו לאזן אויפן וואסער שווערע מיליאנען דאלארן און טויזנטער תלמידים וחסידים, און בכלל דעם גאנצן עתיד פונעם יהדות החרדית איבער דער גארער וועלט.
דער רבי שליט"א האט זיך כמה פעמים אויסגעדרוקט אז ער איז זיכער אויף הונדערט פראצענט אז דער רבי זי"ע האט געשריבן א צוואה.
און די ווייטאגליכע אומפארמיידבארע מסקנא איז, אז "אויבי איש אנשי ביתו" !!!
די יעניגע וואס האבן זיך אהערגעשטעלט אלס דעם רבי'נס געטרייעסטע מענטשן, און זיי טוען נאך היינט אפ די ערגסטע זאכן אונטערן מאנטל פון "תלמידי וחסידי רבינו הקוה"ט זיעועכ"י זצוקללה"ה", האבן פארראטן דעם רבי'ן זי"ע אויפן ערגסטן פארנעם !!!
זיי האבן מיסברויכט דעם צוטרוי וואס דער רבי זי"ע האט זיי געשאנקען, און עס גענוצט (און נוצן עס נאך היינט) אויף צו צוברעכן און אונטערברענגען דעם אבן היסוד פון אידישקייט אין אמעריקע בפרט, און אין די גאנצע וועלט בכלל, דאס איז די הייליגע קהלה "קהל יטב לב".
דער איינציגסטער וועג צו זאגן אז דער רבי האט נישט געשריבן קיין צוואה, איז צו זאגן אז דער רבי האט זיך פארלאזט אויף די שטאטוטן.
אויב דאס איז אמת, איז נאך פיל גרעסער דער רשעות און חוצפה פון די וואס האבן זיך קעגנגעשטעלט דעם באשלוס פון רוב חברי הקהלה.
אבער דער שכל הישר מוז בהחלט פירן צו די מסקנא, אז דער רבי, דער חכם מחוכם, האט יא געשריבן א געהעריגע צוואה.
דער איינציגסטער וואס עס לייגט זיך אויפן שכל אז דער רבי האט אים געטרויט מיט אזא האקעלע זאך איז דער בארימטער בעל דרשן פון די "קעצעלע" דרשה...
עס איז זיכער אז סיי ווער עס האט א חלק דערין וועט באקומען זיין פולן שכר לעולם הבא...
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-23/1/2005 23:02 |
|
| |
בדרך אגב:
אז מען רעדט פון צוואות, פעלט אויס צו דערמאנען א געוויסע פרשה, וואו דער רבי שליט"א האט גענומען א שטעלונג וואס האט אים שפעטער געקאסט אסאך בלוט און שווייס. אבער דער רבי האט געשפירט פאר וויכטיג צו לאזן הערן זיין חוות דעת תורה (רוח הקודש נזרקה בו...).
דאס איז די באקאנטע פרשה פון די שטיין-רייכע לאנדאנער משפחה, וואו דער רבי האט געשריגן חי וקים אז מען טאר זיך על פי הלכה נישט באציען צו שינויים אין א צוואה, וואס די שינויים זענען געמאכט געווארן אין די עלטערע יארן !!!
והדברים עתיקין.
|
|
|
|
| נשלח ב-24/1/2005 02:05 |
|
| |
איך מיין אז א רבי האט נישט אויף וואס צו שרייבען צוואה ווייל די חסידים זענען נישט אינטרעסירט צו פאלגען די צוואה.
א. סאטמאר יוכיח (אויב האט ער געשריבען צוואה).
ב. ספינקא יוכיח. אזוי ווי דא געברענגט.
ג. תולדות אהרון יוכיח. מען האט נישט געמאכט וואלען אזוי ווי ער האט געשריבען אין די צוואה.
ד. באבוב יוכיח, קיינעם אינטרעסירט נישט די צוואה פין רב זצ"ל, און קיינעם אינטרעסירט נישט אויב וועט דער רבי פין היינט איבער לאזען א צוואה.
ה. וויזניץ יוכיח, ווי דער רבי לעבט, און א גרויסער עולם אינטרעסירט נישט וואס ער זאגט.
ו. און סאטמאר צום צווייטען מאל יוכיח, ווי דער היינטיגער רבי זאגט אהין און אהער, און מען קריגט זיך אין גרויסען.
בקיצור, דעם עולם פרעגט נישט נאך דער פריערדיגער רבין, מען קריגט זיך מיט דעם און אהן דעם. קען זיין אז פאר דעם וועט איר טרעפען אז די קליגערע רביס האבען נישט איבער געלאזט קיין צוואות. נישט היינט און נישט אמאהל.
|
|
|
|
| נשלח ב-24/1/2005 02:36 |
|
| |
זאליweaky
דאס וואס די שרייבסט פון רבין שליט"א אויף ר׳ ג.ב. משפחה, איז מיר נישט געווען באקאנט, אין דאס איז א שטארקער פאינט אין היינטגען מצב ל''ע איז דאס דאקאמענטירט?
באראפארקער
לויט ווי עס איז אלעמאל געווען אנגענימען האט רביה''ק געהאט אמאל געשריבען א צוואה אין ווען רביה''ק האט באקימען א רויז אויפן פיס האט ער געלאזט ריפען דעם רבין שליט"א איבערצוגעבען דעם נאמבער פונעם סעיף אין דער רבי האט עס בשום אופן נישט געוואלט איבערנעמען אין געזאגט אז דער רבי מוז דערלעבען משיח
ווייטער היינט האט ער זיך נישט געלאזט בעטען לפי הודעת עצמו לעשות רצון אביו (משה גבאי)
|
|
|
|
| נשלח ב-24/1/2005 02:37 |
|
| |
באראפארקער:
עס איז יא דא א שטיקל מהלך.
מודיע זיין "ברבים" אין די "גוטע" צייטן, וואס, ווער, און וויאזוי. לכל הפחות די עקסטרעם וויכטיגע נקודות.
און דאס איז אקוראט וואס כ"ק רבינו שליט"א האט געטאן, מיט די מאקסימום וויפיל עס איז מעגליך צו רעדן ברבים פון אזא זאך !!!
און דערין זענען מודה "אלע" סאטמארע וועלכע האבן געהערט דעם רבי'ן אלע יארן, אריינגערעכנט די וואס זענען היינט זאלי'ס צוליב פריוואטע אינטערעסן.
13 hooper:
איך ווייס נישט אויב עס איז דאקומענטירט,אבער עס איז באקאנט ביי אלע וועלכע זענען באהאוונט אין די סאטמארער היסטאריע (דאס איז געווען איינע פון די ערשטע ערנסטע מהפיכות אין סאטמאר אונטערן רבי'ן שליט"א).
דו קענסט דאס מברר זיין ביי די משפחה, אפי' ביי דעם צד וואס איז באטראפן געווארן פונעם רבי'נס מהלך.
תוקן על ידי - זאליweaky - 24/01/2005 2:46:53
תוקן על ידי - זאליweaky - 24/01/2005 2:48:25
|
|
|
|
| נשלח ב-24/1/2005 05:55 |
|
| |
זאלי וכולכם, אגוטען.
הוא הדבר אשר דברתי. דער סאטמאר רבי האט אגאנץ לעבען געקענט זאגען אהרן איז קדוש, און סוף ימיו חרטה האבען און זאגען אז ז"ל איז קדוש, און די חסידים קריגען זיך ווייטער, איז וואסער תועלת איז די צוואה?
ווידער ווען דער רבי זי"ע שרייבט צוואה וואלט נישט געווען קיין בני יואל? זיי וואלטען רעוואלטעט בלא"ה, זייער טענות וואלטען געווען פארען מאכען אהרן רב וכו'.
|
|
|
|
| נשלח ב-24/1/2005 07:11 |
|
| |
דער אמת איז אז די עכטע חסידים האבן שטענדיג א ריכטיגן שמעק איבער א צוואה, צי עס איז געפעלשט, אדער אין וועלכע אומשטענדן עס איז געשריבן געווארן וכו',
ובפרט אין סאטמאר וועט א צוואה נישט צופיל אויסמאכן, ווייל אויב גייט מען לויטא צוואה, וואלט ש.ה. געדארפט זיין רבי.....
|
|
|
|
| נשלח ב-24/1/2005 07:55 |
|
| |
דו האסט נישט דורכגעליינט מיינע ווערטער.
כ'האב בפירוש געשריבן אז דאס איז נאר א "שטיקל מהלך".
אזא זאך וואס האט יעצט פאסירט האט נאך נישט פאסירט אין די אידישע היסטאריע, און ווען נישט די צומישעניש וואס איז צושטאנד געקומען צוליב די בפירוש'ע ווערטער פון רבי'ן, וואלט טאקע נישט מעגליך געווען פאר אפאר נידריגע יונגאטשעס זיך צו משתלט זיין אויף דעם ריזן ציבור וואס האט קלאר געוואוסט דעם רבי'נס מיינונג.
אונטער נארמאלע אומשטענדן, ווי למשל, כ"ז אב תשל"ט, וואלט אזאנס קיינמאל נישט פאסירט.
תמצית: מיטן רבש"ע האט נאך קיינער קיינמאל געווינען, ומי יאמר לו מה תעשה, אבער א מענטש איז מחוייב צו מאכן השתדלות.
און עס איז קלאר אז סיי רביה"ק זי"ע, און סיי כ"ק רבינו שליט"א, האבן געטאן זייער חלק אין דעם נושא.
ווער עס זאגט אנדערש, איז א שוטה, רשע, וגם רוח.
|
|
|
|
| נשלח ב-24/1/2005 08:16 |
|
| |
שוטה מילא, ווייל ער זאגט דאך פארקערט ווי די, און די ביסט דאך א חכם, ניין?
רשע גס רוח, ווי קומט דאס אריין?
|
|
|
|
| נשלח ב-24/1/2005 21:20 |
|
| |
פאריאר נאך שמח"ת טרעף איך א זאלי, פרעג איך אים, זאג נאר דו אפגעריסענס, וואס האסטו פון דעם דזישגאן, נישט קיין "תקיעת שופר דרשה", נישט קיין "כל נדרי דרשה" נישט קיין "נענועים" נישט קיין "הוש"ר דרשה" גארנישט, יָבָש! קענסט אים נאר ניצן אויף איינצומאכן בושות!
זאגט ער מיר: אבער, אבער, "מיר האבן דעם רבי'ן"!!
פרעג איך אים, אין וואס האסטו פונעם רבין, זאגט ער מיר: וואס הייסט? מיר גייען האבן א צוואה!
נעם איך מיך לאכן, מיטן רבין'ס צוואה וועסטו דיך קענען אינטערווישן...
|
|
|
|
| נשלח ב-24/1/2005 21:38 |
|
| |
ר' איד, איך בין א וויליאמסבורגער מבטן ומלידה, איך ווייס נישט צו דו קענסט די סאטמארער היסטאריע, איך בין דערמיט אויפגעוואקסן.
די רשעות, גסות רוח, און שקאצעריי וואס איז אפגעטאן געווארן אונטערן מאנטל פון רבי'ן ז"ל איז נישט מעגליך צו באגרייפן נאר פאר דעם וואס האט דאס מיטגעלעבט.
און אלעס האט זיך אנגעהויבן מיט די באזייטיגונג פון די אריגינעלע צוואה פון רביה"ק זי"ע.
|
|
|
|
| נשלח ב-28/1/2005 04:48 |
|
| |
ביזט גערעכט, דאס איז די ריכטיגע צוואה.
אבער א צוואה דארף מען קענען ליינען.
און די "גלעזער" וויאזוי, פון דעם רעדט מען, וד"ל.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-28/1/2005 18:07 |
|
| |
קען דא איינער ביטע "פאסטן" די צוואה וואס ר' ש.ה. האט ארויסגעגעבן?
|
|
|
|
| נשלח ב-7/2/2005 07:34 |
|
| |
עס קען אויך זיין אז דער סאטמארער רבי האט נישט געוואלט איינטיילען פאר זיינע חסידים וואס צו טוהן נאך מאה ועשרים וועגען הנהגה, וויבאלד דאס איז נישט געווען דער עיקר וואס ער האט געפרעדיגט.
עס קען אויך זיין אז ער האט געהאלטען אז די שטוב מענטשען וועלען מילה טוהן וואס עס שמעקט זיי,האט ער לכתחילה נישט געשריבען.
די סברה איז דאך אז ער האט נישט געשריבען, ווייל ער אויך נישט געלאזט פאלען קיין ווערטער בנידון.
|
|
|
|
|