| נשלח ב-25/1/2005 05:30 |
|
| |
ווי קען מען מיטהאלטן שיינע שבתים
אזוי ווי די קומענדיגע וואכן האב איך א געלעגענהייט אוועקצופארן פון מיין שטוב אויף שבתים וואלט איך געוואלט דער ציבור זאל מיר זאגן ווי מען קען פארן מיטהאלטן א שיינע שבת צו ביי א רבי צו ביי א מאטעל צו אן אנדער פלאץ, אן אמתע ווארעמע שב"ק פון פרייטאג צונאכטס ביז מוצש"ק,
(איך בין שוין געווען אין טאהש, און איך וואלט נישט געגאנגען נאכאמאל, איך דארף עפעס שענער, ווארעמער,)
|
|
|
|
| נשלח ב-25/1/2005 05:59 |
|
| |
קאסובער רבי אין בארא פארק
רבי משה וואלפסאן פון אמונת ישראל
תולדות אברהם יצחק אין ירושלים
ר צבי מאיר זילבערבערג
|
|
|
|
| נשלח ב-25/1/2005 14:31 |
|
| |
סקווירא רבי אין שיכון סקווירא, אויב די ווילסט שטארק וויסן ווי זוי סאיז א שבת אין סקווער קיק אריין אין די בליק וועסטו זען
א גוטן טאג
|
|
|
|
| נשלח ב-25/1/2005 19:10 |
|
| |
נאך א מעלה אז די ביסט איין מאל געווען אין סקווער האסטו אלעס געזען.עס איז נישט דארט דא קיין שינוים קיינמאל.
|
|
|
|
| נשלח ב-25/1/2005 19:17 |
|
| |
אין קרית יואל ביי ר' אהרן איז זייער שיין די שבתים, אזש די בחורים ווילן נישט אהיימקומן
|
|
|
|
| נשלח ב-25/1/2005 20:42 |
|
| |
אין וומ"ס איז זייער אינטערעסאנט די שבת נאכמיטאג'ס ווען מען שרייעט: "שבת"!
|
|
|
|
| נשלח ב-26/1/2005 06:33 |
|
| |
the nikelshburger rebba will be in boro park this shabbos
|
|
|
|
| נשלח ב-26/1/2005 19:15 |
|
| |
אין סאטמער(rodney) ביי שלוש סעודות ווען מען האלט ביי ושאבתם מים בששון
|
|
|
|
| נשלח ב-26/1/2005 19:47 |
|
| |
polished כמו-צפת און זירקאני דיימאנטן
קען אמאל אויסזעהן שענער ווי די עכטע
אבער שבת אין טאהש איז the real thing
איך פאר כאטש איין מאל א יאר
דער תולדות אברהם יצחק טיש איז טאקע א 'שענערע' פארברענג וואס איך ענדזשוי און איך פארפאס דאס נישט יערליך ווען ער איז דאהי
אבער דאס איז אן אנדערע בחינה
די ווייטע נסיעה צו וויילן "שבת אין טאהש" גיט צו צום הרגש אזא שטייגער ווי פארן צו צדיקים אין דער אלטער היים און איך וויל מיינע קינדער זאלן זען אזא עבודה וואס איז כחד מקדמאי איך ווייז זיי וויאזוי דער טאשער רבי מאכט יעדע ברכה ערליך אינעווייניג ווי א קליין יונגעלע פארדעם אליין באצאלט זיך די שפעזן
אז איך בין זיך מתגבר אויף מיין פוילקייט און אין קום אן צום סקולענער'ס א טיש שלעפ איך אויך מיט די קינדער
דארט פילט מען אויך אז מען כאפט אריין
ה' יאריך ימיהם ושנותיהם בנעימים
|
|
|
|
| נשלח ב-27/1/2005 08:02 |
|
| |
אין פאסעיק.
טינעיק.
באסטאן.
באלטימער.
סטעמפארד קענעטיקעיט.
סאוט פאלסבערג, אין די ווינטער.
וואשינגטאון הייטס.
מאנהעטן ביי די קארליבאך חבר'ה.
LOWVIL לאוויל. (6 שעה פון ניו יארק סיטי, ס'איז אין ניו יארק).
איז אויך זייער שיין שבת.
איך וועל מיר דערמאנען נאך פלעצער ועל איך בל"נ שרייבן.
|
|
|
|
| נשלח ב-27/1/2005 08:11 |
|
| |
jewboy
ווי גייסטו ווינטער אין סאוט פאלסבורג?
אין ישיבה?
|
|
|
|
| נשלח ב-27/1/2005 08:20 |
|
| |
איך גיי שוין נישט, איך פלעג גיין דארט אסאך.
ביזדערווייל בלייב איך וי כ'בין יעצט, כ'האב שוין חתונה .
סיזייער שיין דארט אין פאלסבערג שבת.
די מעלות.
סינישט אין די סיטי, וואס איס אין די סיטי איז דא אלע זוהמה'ס, מיט שמוץ, מ'קען נישט שעפן קדושת שבת.
די חסרון.
סיביטער קאלט, און אסאך זאכן איז נישטא ביי דער האנט.
|
|
|
|
| נשלח ב-28/1/2005 22:40 |
|
| |
איך וואלט געזאגט פארא פארק איז א גוטע פלאץ.
די וואך וועסטו קענען גיין צו ר מיכל לעבאוויטש.
קומענדיגע וואך וועסטו קענען הערן דעם דבר ה' פון קרית יואלער רב שליט"א, אין הנאה האבען פונעם ווארעמע אטמאספער.
איינוועגס קענסטו אריינגיין צו דעם סקולענער רב אין צו דעם קאסובער רבי אין שפירען מעין עולם הבא.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-2/2/2005 06:26 |
|
| |
א גוט ווארט פון פינקי:
פרשת ויקהל פארט זלמן לייב אויף לאנדאן, און פקודי פארט אהרן אויף לאנדאן. זאגט ער אזוי, ויקהל און פקודי קענען גיין צוזאמען, אבער די צוויי קענען נישט גיין צוזאמען, אפילו אין א עיבור יאר. ע"כ.
|
|
|
|
| נשלח ב-7/2/2005 00:37 |
|
| |
אין בארא פארק איז דא א וועלט פון רביס ווי צו גיין
קענסט אונהייבען ביי ר' משה וואלפסאן פון אמונת ישראל דארט איז ממש א מצב, קענסט גיין פון מונקאטש,סקאליע,קלויזענבורג, ביז סקולען, קאסוב אין סטוטשין.
רוב פון די פלעצער איז א עקפיריענס פאר זיך.
|
|
|
|
|