"אלע" תלמידות פון "סאטמאר" תחת גג אחד!
12'טע קלאס תלמידות פון "אלע" סאטמאר'ע מוסדות, אריינגערעכנט [און נישט אויסגעשלאסן...] בארא פארק, קרית יואל, וומ"ס, מאנסי, גייען זיך מארגן – דינסטאג לסדר "כי ינצו אנשים" (משפטים) – צוזאמקומען אין "קרית יואל"! אין זאל פון "בית רחל פאראדייס", ווי זיי גייען הערן דרשות פון גרויסע רעדנערס איבער פארשידענע טעמעס!
פארשטייט זיך, אז דער חידוש איז ווי אזוי די הנהלה פון וומ"ס האבן מסכים געווען אז זייערע תלמידות זאלן מעגן אהינגיין!
סוף פאריגע וואך, האבן זיי געמאלדן אז מען וועט זיי טאקע נישט לאזן גיין, אבער אזוי ווי זיי האבן די 2 טעג – מאנטיג און דינסטיג – סיי ווי נישט קיין סקול, האט מען זיי "געגעבן רשות" אהינצוגיין!
הנה מה טוב ומה נעים שבת אחים גם יחד!!
נ.ב. זיי האבן די טעג נישט קיין סקול, ווייל זיי "מופן" יעצט פון בנין עסטרייכער צו בית רחל! [נעמט אין אכט: "די" מעלדינג איז נאר פאר תלמידות פון 12'טע קלאס, אזוי ווי איך האב אנגעהויבן].
ואם "לבנו" יעדנה, כמשפט הבנות יעשה לה...
|
|