ס'איז א שאד יעדעס ווארט, פינטל. דעם אייבערשטן קען מען נישט אונטערקויפן מיט אביסל תהלים, בשעת מחלוקת ווערט צושפרייט אין אלע גאסן ואין פוצה פה ומצפצף.
איך האב אמאל געליינט אין די מעלות אן ארטיקל וואס ליגט מיר נאך ביז היינט אין די ביינער. (פון א. כ"ץ). שרייבט ער דארטן אזוי, אמאל זענען עטליכע חבר'טעס זיך צוזאמענגעקומען נאכדעם וואס א חבר'טע איז נעבעך אוועק יונגערהייט, און זיי האבן אריינגעטראכט וואס מ'דארף מתקן זיין, און למה עשה ה' ככה? ביז זיי זענען ארויפגעקומען מיט א המצאה אז זיי גייען צינדן ליכט עש"ק פון היינט און ווייטער א האלבע שעה פריער!
פרעגט ער דארטן ווייטער, קען מען דען זאגן אז דאס האט השי"ת געוואלט? אדער ער האט געוואלט גאר צניעות, קדושה אדער לשון הרע און אנדערע הארבע ענינים, נאר כדי צו בארואיגן די אייגענע געוויסן אז מ'האט שוין עפעס געטון פארן אויבערשטן און יוצא געווען, נעמט מען אויף זיך א חומרא פון אונטער די ערד. אודאי איז עס חשוב ביי הקב"ה, אבער צי וועט דען דאס אפשטעלן דעם חרון אף?
לענינינו, מיר האבן נישט היינט קיין אורים ותומים אדער בעלי רוח הקודש וואס זאלן קענען קלאר אנטייטלען אויף וועלכע עבירות הקב"ה באשטראפט אונז, אבער מ'דארף זיין א גרויסער נאר נישט צו זעהן אז מחלוקת שפילט א גרויסע ראלע אין דעם!
גייט מען זאגן תהלים? דאס איז טובל ושרץ בידו!
אויב גייט איר זאגן תהלים, איז עס צוליב שובבי"ם מתקן צו זיין וואס מ'האט פארדארבן.
 |
|
|