דערפאר זענען די SOFTWARE פילטערס נישט אזוי מצליח ווייל די שמוץ סוחרים קומען ארויף כסדר מיט נייע טריקס.
מיר האבן ב"ה פארשידענע אופנים ווי נאכצוגיין די דאזיגע סייטס. און זיי בלאקן - פארשטעלן ביי דעם I.P.LEVEL. עס רעדט זיך פון מיליאנען סייטס! פון דעסוועגן דאך, קען נעמען א משך זמן פון ווען א נייע סייט קומט ארויס ביז מיר כאפען עס.
על כן ווענדן זיך מיר צו אלע חברי הפארק וועלכע נוצען JNET, אז אויב זיי ווערען געוואהר פון עפעס א פירצה אין די "וואנט", דהיינו זיי טרעפען עפעס א סייט, אדער אפילו א SEARCH ENGINE דורך וואס מקען צו קומען צו פארנאגרפיע, אדער צו DATING סייטס. זאלען זיי מוחל זיין און אריין שיקן צו אונז דעם וועב אדררעסס אין תיבה אישית. ויתוקנו הדברים בהקדם האפשרי.
נ"ב . איך רעדט פון לעוועל 1, ווי עס זענען פארשטעלט נאר פארנאגראפי און DATING. נישט פון אנדערע לעוועלס וואס רייניגן מערערע זאכן.
איינער ווייסט צו J-NET בלאקירט אויכעט וועב-סייטס וואס האבן אין זיך א חשש פון "לשון הרע","רכילות", "מחלוקת" "הלבנות פנים", "בזיון ת"ח" וכדומה.
ליידער טוט מיר זייער ווי אז זייט איך האב אינטערנעט (בערך 2 חדשים) בין איך זייער אסאך מאל דורכגעפאלן אין די אויוונדערמאנטע עבירות. די נסיון איז זייער גרויס.
איך האלט J-NET זאל ארויספילטערן אלע וועב-סייטס וואס האבן די פאלעגענדע ווערטער:
אהרוני
זלמוני
שייגעץ ארויס
שייגעץ אריין
מחוצף
עזות פנים
רשע
געכאפט פעטש
געכאפט אייער
הינט
משיחיסט
אגודיסט
פערד
אקס
בהמה
עם הארץ
שוטה
וכדומה וכדומה...
נשלח ב-3/2/2005 21:29
אויכעט וואלט געווען א געוואלדיגע תועלת אויב מ'קען ארויספילטערן וועב'סייטס וואס האבן איך זיך א חשש פון ציונות.
איך וויל נישט פארכאפט ווערן אין ציונית א דאנק די אינטערנעט.
וועב-סייטס וואס האבן אין זיך ציוניסטישע ווערטער וויל איך זאל בלאקירט ווערן, ווי למשל:
איזרעאל
מדינה
עברית
היברו
אגודה
מזרחי
אל על
כנסת
ציוני
בחירות
כותל המערבי
קבר רחל