בכלל אין הלכה איז נישט פארהאנן א רעכט צו אן אן אייגענע בילד
אדער בכלל 'copyright'
און ווי באלד עס איז קוים דא רעכטען פאר מדפיסים האבען די דרוקערד געמוזט זיך ווענדען צו די רבנים מסכימים אז זיי זאלען שעלטען די וואס וועלן דרוקען דעם ספר לפני עשר שנים וכו' וכו' והדברים עתיקים.
"וכל הפורץ גדר ינשכנו נחש, לטותא דרבנן שאין לא רפואה"
נשלח ב-7/2/2005 00:27
יוסי
אנטשולדיגט אבער דער חתם סופר דער שואל ומשיב רבי עקיבא אייגער דער אגרות משה האלט אנדערש פון דיר.
עס איז יא זכויות יוצרים COPYRIGHT אין הלכה, אין אוודאי ביי ספרים.
די אלע חרמות אויף אפאר יאר זענען נאר אויף קלאסישע ספרים וואס קיינער האט נישט קיין רעכט אויף דעם, אין כדי ער זאל נישט שאדען האבען האט מען געמאכט א חרם חמור, אבער א ספר וואס איז דיינס בירושה איז אוודאי דא אזא זאך.
נשלח ב-7/2/2005 00:39
איינער ווייסט אפשר ווען דער "אגרות משה" איז געבוירן ???
איך האב אלץ געמיינט אז ער האט נאך געלעבט אין אונזערע צייטן, דערווייל זעה איך "חתם סופר, שואל ומשיב, ר' עקיבא אייגער" און "אגרות משה" ???
איך האב הנאה אז זאליוועקי איז נאך ממשיך די פארצייטישע סאטמארער דרכים, כמאז ומקדם פון קראלע.
אגרות משה גארנישט - קומט אים פאני קאלס
רבי עקיבה אייגר - א ליטוואק- אין פוזנא
חתם סופר - געמאכט דעם טיילונג- נאך זיין פטירה.
WORLDWAR ר משה פיינשטיין שרייבט אין די תשובות אז יא, אבער באלד וועט זאליוועקי אפפרעגען זיין תשובה.
תוקן על ידי - ליכטיג - 07/02/2005 7:50:35
נשלח ב-7/2/2005 17:20
אז מען ווייסט נישט אז מען קען נישט, אז מען ווייסט נישט אז מען קען נישט, נעמט מען זיך נישט אונטער (X 2)...
YOU GOT ME WRONG.
רעק"א האבן די ליטוואקעס פראסט "געהיידזשעקט", ער האט מסתמא ניטאמאל געזען דאס לאנד.
וועגן דעם טיילונג אדער קראלע לאמיר רעדן אין אן אנדערן אשכול (ס'האט גאנץ קנאפ שייכות מיט קאווע אדער בילדער).
די איבריגע זאכן איז כדאי אז זאלסט מיר נישט פרעגן ברבים...
נשלח ב-7/2/2005 18:12
ר' ליכטיג אויב אזוי פארוואס איז די גאס "פארפלייצט" מיט אלע מיני קאפיס?
נשלח ב-23/2/2005 23:10
באראפארקער
איך מיין אז די ביסט זיך טועה, עס איז נישט דא אזא נודע ביהודה, די מיינסט מסתם דעם נצי"ב און אנדערע וואס שרייבען אז א מחבר האט נישט קיין רעכט אויף זיין חידושי תורה {מה אני בחינם אף אתה בחינם} אבער די רעכט פון זיין ארבעט אין די פאפיר האט ער זיכער..
חוץ פון דעם וואס אלע פוסקים זענען מודה אז דינא דמלכותא און מנהג המדינה איז זיכער דא.