תורה תורה חגרי שק!
במשך ימי השבעה גיין פאר און ירושלים גיוואלדיגע און מוראדיגע מעשות אויף די גדלות פונעם גרויסן נפטר זצוק"ל, אטייל פון דעם זענן געדריקט היינט און די צייטונגען, ס'הערטזיך אויס אז האט זיך געדריינט צווישן אונץ ממש אמלאך, און מיר האבן עס נישט געשעצט ווי עס דארףץ דער וואס קען אביסל באשרייבן דא וועגן דעם גאון, חסיד, קדוש וטהור זאל באשרייבן לטובת הכלל.
וכל בית ישראל יבכו את השרפה אשר שרף ה'.
אגב ער איז אלט געווארן 74.
איין מעשה וועל איך פראבירן שרייבן דא:
זיין משפחה זענען געווען ממש בני בית ביי הגאון האדיר ר' איסר זלמן מלצר זצ"ל, און זיין ברודער הגאון ר' יצחק זצ"ל איז געשלאפן אפאר יאהר בי ר' איסר זלמן, ווען ער האט חתונה געהאט איז דער גרויסער נפטר האט איהם געטוירשט אלס יונגער בחור, דאס איז געווען אפאר מאנאטן פאר ר' א"ז פטירה.
ר' איסר זלמן אין זיין לעצטע יארן נישט געשלאפן אין סוכה זייענדיג ישיש מופלג, און ער האט זיך געהאלטן אז ער איז א'מצטער. און יענעם יאהר ווען ר' אפרים איז געקומען שלאפן ביי איהם האט ער געבעטן ארום סוכות פון ר' יצחק דער פריעדיגער הויז בחור, ער זאל נאכאמאל מעיין זיין מיט איהם ריכטיג צו ער איז טאקע פטור פון סוכה, "מאי האי" פרעגט איהם ר' יצחק, "ס'איז שוין אפאר יאהר אז דער רבי שלאפט נישט און סוכה, מה נשתנה דער יאהר?". "מיט אפרימ'ל איז מיט געקומען יראת שמים און איך שפיר ביי מיר מער חובה מדקדק זיין" איז געווען דער ענטפער פונעם גרויסן ראש ישיבה.
און דאס איז אמעשה פון איונגער בחור וואס האט משפיע געווען יראת שמים אוין איינער פון זקני גדולי הדור.
אויף זיין שפעטערדיגע יאהרן דערצעלטמען ממש מעשים מבהילים אויך זיין גיוואלדיגע התמדה און עיון און לערנען, אויף זיין מוראדיגער יראת שמים, חסידות, פרישות אא"וו.
זיעוכי"א
 |
|
|