בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

חזק _אינגערמאן_ דו ביסט צו מילד!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-14/2/2005 22:11 לינק ישיר 
חזק _אינגערמאן_ דו ביסט צו מילד!

איך וויל דא מחזק זיין אין פארלאנגען פון אלע מנהלי משנה

אז זיי זאלען אהן נעמען א סאך א שטרענגערע פאליסי אין דעם פורום


א) קיין שום ארטאדוקסישע רב יהיה מי שיהי' קען מען נישט רופען מיט בוז וקלון שפעט ווערטער נישט ווייל עס איז אסור. ניין! דער גאנצער אינטערנעט איז קנאפ מותר

נאר ווייל עס רייסט אראפ דעם נארמאלער שכל פון דעם ליינער! ממש ווי קינדער אין חצר פונעם תלמוד תורה.

ב) משיח you are out of order and should be suspended for 2 weeks

ג) קריטיג אין אפילו שארפע קריטיג איז גוט אויב איינער האלט אז א רב האט געזאגט זאכען וואס איז א געלעכטער פיין! ברענג די ווערט לאמיר אלע זעהן.. אבער רופען א רב 'עם הארץ' איז נישט לפי חוקת הפורום און טרייבט אוועק נארמאלע ליינער, און מער וויכטיג מ'טרייבט אוועק נארמאלע שרייבער... דער ליינער קען אליין פארשטיין צו דער רב אין א בר אוריין אדער אן עם הארץ.

עס איז קיין שום איסור צו שרייען כהנה וכהנה איז אן עם הארץ'עס...

אבער קיין מאהל זאל מען נישט רופען פערזעהליך א רב בישראל נעמען פון שפאס אין בושה.

אינגערמאן גיב אן התראה אין דערנאך
BOOM! YOU R OUT OF HERE.





דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/2/2005 22:20 לינק ישיר 

יוסי, א שטיצע ווארט איז אזוי ווערט ווי פון א גאנץ מנין

איך קלער אז די נארמאלע שרייבער דארפן געבן דעם טאן, און שרייבן נארמאלע תגובות, וועלן די וואס פארקריכן אמאל, זיך אויך האלטן אין די ראמען.

קומט ארויס חברה, און שרייבט נארמאלע תגובות.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/2/2005 23:14 לינק ישיר 

yohcee
even Lubavitch?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/2/2005 23:16 לינק ישיר 


איך ציטיר פון די פורם געזעצן געשריבן דורכ'ן מנהל החתן דזשובוי ני"ו


טייערע חברים



מיט פרייד אין הכנעה דערלאנגען אונז א הערצליכע באגריסונג און דאנק פאר אלע חברים און באזוכער, וועלכער האבן געברענגט אין אזא קורצע צייט, צום געוואלטיגן הצלחה בס"ד פון אונזער פארום וועלטליכע היימישע נייעס .


צוליב דעם ריבוי פון חברים, האט זיך ערוועקט א נויט, ארויסצושרייבן געוויסע רעגולאציעס פון אונזער פארום, וועלכע זענען זעלבסטפארשטענדליך פאר רוב חברים, און זענען לטובת הכלל. דערמיט האפן מיר זיך איינצושפארן דעם טירחא פון שרייבן צו מעמבערס באזונדער אין תיבה אישית אריין.


1.
דאס מגלה זיין דעם אידענטיטעט פון מעמבערס אויף סיי וועלכן אופן, סיי מיט וועלכע נאך צונעמען זיי באנוצן זיך און קל וחומר ריכטיגע נעמען, חוץ פון דעם וואס עס איז א פארלעצונג אויף די געזעצן פונעם הייד-פּארק וועב-זייטל (און לאו דוקא פון אונזער פארום).

2.
דעם כבוד פון אנדערע מעמבערס דארף געהאלטן ווערן, און זעלבסטפארשטענדליך נישט אנטריסן רבנים און גדולי ישראל אויף א מיאוס'ן אופן (נישט לגופו של ענין), נישט אין שריפט און נישט אין בילד.

3.
בילדער וואס זענען נישט צניעות'דיג און ניבול פה ווערטער קענען נישט ארויף געלייגט ווערן, און אונז האפן נישט צו דארפן בלאקירן קיין שום חבר.

4.
אז איינער שטויסט זיך אן אין אן ארטיקל וואס קען זיין אנטרעסאנט פארן היימישן עולם, אבער עס אנטהאלט אומאיידעלע בילדער, ביטע נישט קאפיען די נייעס, מ'קען ברענגען א לינק, אין פארשטייט זיך צו שרייבן אז עס אנטהאלט אומאיידעלע זאכן.

ווארענונג!!!
ווער עס וועט עובר זיין אויף איינס פון די אויבדערמאנטע זאכען וועט בלאקירט ווערן אן קיין מעלדונג פון פריער

מיט אַכטונג, די קאמיטע


העצן קעגן אינגערמאן אדער סיי וועלכן אנדערן מעמבער איז קעגן די חוקי הפורם.

איך בעט און פארלאנג די מנהלים אויסמעקן יענעם גאנצן אשכול



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/2/2005 23:20 לינק ישיר 

מודגש]
* * הודעה של בארא פארקער * *


צו תיבה אישית, דיין שכל איז נאך קלענער פין די וואס האבען עס געזאגט אז בוש איז שילדיג אין ניין עלעווען, ווייל עס איז געשעהן אויף זיין זייגער.

אינגערמאן טוט נישט גענוג, ער זאל חוסם זיין איעדער איינער וואס פירט זיך נישט לויט די חוקי הפורום, און איעדער איינער וואס איז משפיל די רמת הפורום אן חקירות ודרישות.

און טאמער געפעלט אים נישט ווען איינער האט טענות און ברענגט אויף אלטע ראיות אז ער איז זאלי, זאל ער אויסמעקען יענעמס תגובות און פארטיג.

די מצב אין די פורום ווי אזוי עס איז יעצט, איז געפעעהליך און קען נישט אזוי אנגיין.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/2/2005 23:21 לינק ישיר 

יאלא אינגערמאן,
צו די ארבעט.
מעק און מעק און מעק.

לאמיך דיך העלפען וועלכע זאלסט מעקען.
http://www.hydepark.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1283993

איך זעה אז די האסט שוין אנגעהויבן קער נעמען.

שיק ווארענונגען אין אישית צו די פותחי האשכולות, און טאמער זיי פאלגען נישט, זייט אים חוסם.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/2/2005 23:49 לינק ישיר 

כבוד הרב אינגערמאן איך האב שוין געשריבען אין א פריערדיגע תגובה אז איך שטיץ דיך מיט דיין עכט שווערע אינטערנעמונג
אין איך פארשטיי פארוואס אז דער אשכול וואס איך האב געפענט איז געווען צו קלאר אין דייטליך אויף א פרייואטען מענטש וואס איז אויף צרות ליוט דיין פארשטנד האטמ עס געדארפט מעקו וויל איך איך דיר זאגעו סברתי וקבלתי אז דו ביסט גערעאכט מיטן מעקען דעם אשכול
וחפץ ה בידך יצליח בלי שום משא פנים בדין



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/2/2005 00:24 לינק ישיר 

אינגערמאן!!!!!

חזק ואמץ

איך האב יעצט געעפנט דעם פורום און איך זעה
א וואונדערפולע שיינע ארבעט

פנים חדשות באו לכאן

די פעסטע שטעלונג פון די מנהלים איז לטובתינו און לטובת הפורום כולו

חזקו ואמצו



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/2/2005 00:29 לינק ישיר 

חשוב'ע שרייבער, אייער וואונטש איז אונזער אויפגאבע

מיר וועלן ארבייטן שווערן צו האלטן די ניווא פונעם פורם אויף א הויכן שטאפל ווי ס'איז דער וואונטש פון די מערהייט אינטעליגענטע שרייבער אפגעזעהן פון זייער מיינונג אין א געוויסע מחלוקה ווילן זיי אז דער פורם זאל זיין א באט'עמ'ט ליכטיג פלאץ זיך צו לופטערן, נישט ווי מען ווערט אטאקירט אדער מען אטאקירט אנדערע.

מיט השי"ת הילף און אייער מיטארבייט וועלן מיר דאס אנהאלטן אי"ה




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/2/2005 04:04 לינק ישיר 

איך שטיץ פולשטענדיג צו האלטן דעם פארום אין קאנטראל.
אבער איך זעה נישט פארוואס מען דארף אויסמעקן דעם אשכול פון די קהל'ס עד, עס איז גאנץ א נארמאלע ליצנות פון א נארמאלן לץ.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/2/2005 04:07 לינק ישיר 

אינגערמאן עקסעלענט דזשאב
זיי ממשיך דער פארק זאל זיין ריין און לופטיג
שכויח



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/2/2005 04:12 לינק ישיר 


אינגערמאן.
תן לי לאחל לך הצלחה מרובה. ואני מאוד מקווה שתצליח להגשים סוף סוף את חלומם של רוב החברים פה, מאז ולתמיד.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/2/2005 04:18 לינק ישיר 

איך דאנק אלע וואס האבן אוסיגעדריקט שטיצע, עס איז אפרישיעיטעד, און איר אלע האט א טייל אין די אונטערנענמונג לטובת הציבור.

סעמי, לשמוע מלה טובה ממך, זה חשוב אצלי ביותר.
אבקש אם תוכל לכתוב ולעזור להגשים את חלומי פה, אני מקוה שאותך לא יחשדו שאתה זאלי...

איך בעט בכל לשון של בקשה מען זאל מאכן א שטיקל נארמאלן סדר, נישט צו נוצן קיין כינוי שמות, נאר די נעמען שקראו שמם בישראל. און דערמיט אביסל אויסשטעלן א גלייך געוויכט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/2/2005 04:46 לינק ישיר 

TzviBP

Yes read my 3rd stipulation

In your estimation the lub rebbe is beyound critizism.

and I disagree we can all level extreme crtitism on any rav this is the nature and the freedom the net gives us all.

What is unacceptable is the use of foul language and name calling which is not what the readers of this forum expect.

Of course for you any slight 'hirhur' on the Lub Rebbe is beyound the pale.

Well wellcome to the net.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/2/2005 05:02 לינק ישיר 

Yohcee
that's very kind of you to include the Rebbe in your "orthodox" umbrella
if you'll recall, you go waaaay beyond just "criticizing", no?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/2/2005 05:41 לינק ישיר 

Yes I include him

However according to one article i read in the jerusalem post just this week

The Lub Shaliach in Boston is qouted as being 'non donominational'

and not exclusively orthodox

of course this was not the view of the Lub Rebbe but but but he put in motion the notion that 'kiruv' justifies anything and any means even lying about being orthhdox

So the shalich's qoute is in the spirit of the rebbe

So there a fresh critizism



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > חזק _אינגערמאן_ דו ביסט צו מילד!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext