בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

עין הרע: א חשש אדער אן איינרעדעניש

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-15/2/2005 00:37 לינק ישיר 
עין הרע: א חשש אדער אן איינרעדעניש

ס'זענען דא מענטשן וואס ציטערן שטענדיג פון א גוט אויג, אנדערע לאכן זיך אויס.
ס'דא וואס זאגן אז דאס איז פון די זאכן וואס מאן דקפיד קפיד.
וואס האלט איר, ווייסט איר מקורות אין חז"ל און ספרים איבער די טעמע?



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/2/2005 00:50 לינק ישיר 

עין הרע איז א זאך וואס ווערט געברענגט להלכה אין שו"ע חושן משפט, אז מען קען מזיק איינעם מיט ראי' דורך עין הרע.

איך האב געזעהן געברענט פין חזון איש, ער זאגט, אז באמת אין עין הרע קען שאטען פאר יעדעם איינעם, נאר טאמער האט איינער זיך נישט פארדינט דעם פועל יוצא וואס די עין הרע האט גורם געווען, וועט ער סוף כל סוף ניצול ווערען פין די עין הרע.

אין מאור עינים שטייט אויף אן ארט אז טאמער א מענטש האט אמונה פשוט אין אויבערשטען קען אים קיין שום סיבה חיצונה נישט שאטען, און אין דעם כלל איז אויך אן עין הרע.

דאס וואס מענטשען זאגען אז מאן דקפיד קפדינן לי', האב איך דערווייל נישט געטראפען עס זאל שטיין אויף עין הרע.

עס איז דא היינט צו טאג מענטשען וואס זאגען אז זיי קענען אנשפרעכען אן עין הרע. אינדערהיים איז געווען א נארמאלע זאך צו בעטען מען זאל אנשפרעכען א גוט אויג.

היינט גלייבען רוב מענטשען נישט אין די גילטיקייט פין אן עין הרע. עס נעמט זיך ווייל היינט גלייבט מען אין נאך א סאך זאכען נישט.

נעמליך מיר זענען מתפלל איעדען טאג. ותצילנו מעין הרע.

תוקן על ידי - באראפארקער - 15/02/2005 0:54:10



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/2/2005 01:20 לינק ישיר 

א אינטערסאנטע ווידיו קליפ איבער די א.ג. עין-הרע רויטע בענדל

http://www.judaism.com/redstring/movieqt.asp

די קליפ איז נישט אינגאנצן היימיש, ס'איז דא עפעס געמאלענע נארישע נשים בילדער, וואס ברויך ח"ו פארשטעלן די הייליגע אמהות רחל ולאה ח"ו

אלזא, אויף אייער אחריות

תוקן על ידי - אינגערמאן - 16/02/2005 1:27:54



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > עין הרע: א חשש אדער אן איינרעדעניש
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext