איך ווייס אויף הונדערט פראצענט אז בעלז זוכט שלום מיט די עדה, זיי האבן שוין צוויי קאנדידאטן וועם זיי ווילן אריינשטעלן, און מצמצם זיין זייער בית דין בלויז אויף סכסוכים און קהל'ישע ענינים, אבער די עדה וועט זיין ביי זיי די אויטאריטעט פאר כשרות, שחיטה, גיטין וגו',
בנוגע סאטמאר רב'ס ציון, איך פארשטיי נישט פארוואס דאס איז אבסאלוט, א איש מהימן מאד האט מיר געזאגט אז ער האט געזען דעם בעלזער רב מיט זיין רביצין ארויסקומען פון סאטמאר רב זצ"ל'ס שטוב מיט פארטרעטע אויגן, זיי האבן דאך געדארפט א ישועה, אין חדר האט ער געלערנט אין סאטמאר, נו, פארוואס זאל ער נישט קומען צו זיין ציון לאחר פטירתו? ער האט געמאכט א טעות, כאטש וואס זיין טעות האט אים געבויט פון אינעווייניג, אבער זלזולים אויף א קדוש עליון ווי סאטמאר רב זצ"ל האט קיינער נישט געגליכן, בעלז איז א הערליכע קהלה, יא אדער נישט גיין אויף מאנרא וועט נישט גרעסער אדער קלענער מאכן בעלז, פארקערט, אז ער וועט גיין וועלן טויזנטער מענטשן אים שעצן, אז ער איז מודה ער האט געמאכט א טעות!
מענין לענין, אין סאטמאר איז בעלזער רב זי"ע פיל מער געשעצט ווי סאטמאר רב זי"ע אין בעלז, די בעלזער האבן נישט קיין השגה אין סאטמאר רב, ער ביי זיי ווי דער אמרי חיים, אדער מאדזשיצער רבי, וואס זיי זענען געווען טאקע ערליכע אידן, אבער נישט קיין הימל מענטשן (זייט זיך נישט טועה, איך בין נישט קיין סאטמארער, אבער דער אמת בלייבט אמת), עס וועט נאך קומען א צייט ווען אויך בעלזער וועלן וויסן דעם אמת'ן געשטעל פון סאטמאר רב, כאטש עס מאכט אים נישט גרעסער.
 |
|
|