| נשלח ב-25/2/2005 00:30 |
|
| |
ראקלענד כשר סופערמארקט – חסידישע Mall
הנגיד ר' פנחס ק. [א וויזניץ-מאנסי] האט נעכטן אויפגעעפענט זיין נייע אידישע MALL מיטן פולסטן גלאנץ און קעניגרייך!
ער האט ארובערגעפירט זיין אלטע גראסערי סטאר צו א נייע פלאץ! די נייע פלאץ האט ער אויסגעשטעלט פונקט ווי א PATH-MARK, א ריזיגן שטח, ריזיג גרויס, געוואלדיגע ברייטע דורכגענג, 16 רעדזשיסטער'ס! אויסגעשטעלט פרעכטיג, לדוגמא: העכער די פרוכט איז דיזיינט א הערליכע בלויע הימעל א.א.וו. בנוסף צו דעם האט מען אריינגעבויעט אין סטאר: א פלייש געשעפט "מיט אלע צוגעהערן"!, א בעקעריי, א פאַרמעסי, א "פיצא שאפ", אן אפטייזונג מיט א קלאדינג [מעגליך גאר א "גלויבער"! וואס וויל יעצט גיין אין קאמפטישן מיט די אנדערע גלויבער'ס (גלויבער'ס אפעטייזונג אין מאנסי און אין וומ"ס, G&G קלאדינג'ס), צוליב א סכסוך! אויב ס'איז אמת, פארדינט עס אן עקסטערן אשכול...]!!
ער האט א עקסטערן אפטיילונג וואס דארט וועט זיין א: ספרים געשעפט בעזה"י, מיט נאך 2 סטאר'ס, [לע"ע האב איך נישט געהערט וואספארע]!
איינע פון די קליינע "פיטשיפקעס" איז די טעל., אויפן וועג ארויסצוגיין איז דא אפאר טעלעפאנען, וואס איז אומזינסט, מיט א קליינע צעטל דערנעבן, פאר קאר סערוויסעס:
אמונה – דרוקט 300
חסד – דרוקט 301
גויאישע – דרוקט 302
דאס מיינט, אז ער האט אריינגעלייגט "הארץ און מוח" פאר די קאסטומער'ס.
--- ביז דא האב איך געשריבן די "שיינע" חלק פון די מעשה...! --- ס' האט אבער א אנדערע חלק אויך!
ביי דעם נגיד ר' פנחס ק. איז אריינגעגאנגן א פויגל אין קאפ אז "ער" איז "מאנסי"!! [קען זיין ס'איז טאקע אזוי, וואס פארשטיי איך דען?]
ער האט באשלאסן אז ער וועט עפענען איין "מעין" פלאץ, וואס יעדער וואס וואוינט אין מאנסי דארף עפעס זאל עס זיין "די אדרעסס" [אפילו פאר צדקה?...]
ער האט אנגעהויבן ארומצוריפן "בית הספרים" מיט "לשכת הסופר", די 2 ספרים געשעפטן אין מאנסי און געזאגט: איך פלאן צו עפענען א "ספרים סטאר" אין די נייע פלאץ, אז דו ווילסט קענסטו אהערקומען, אז נישט עפן איך א נייע!!
און אזוי האט ער געטוהן מיט "פארמיסיס", גרינבוים פארמעסי איז געווען אין א פארגעלעגנהייט אפשר זאל ער עס נעמען, איך ווייס נישט וואס ס'איז צום סוף געווארן.
די זעלבע מיט די אנדערע אפטיילונגן, ווי פיצא סטאר וכדו'.
די אלע "באטראפענע", האפן אויפן טאג וואס דער "נייער אידישער מאָל" וועט "פושט רגל זיין"!
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-25/2/2005 01:05 |
|
| |
איך הער אז עס איז געווען א אנלויף די 2 טעג יעדער איז געקומען צום טיי אוונט פון פנחס קליין (ער דארף געלד-נישט אזוי?)
אבער לאמיר זען און אפאר חדשים ארום ווי רואיג ער וועט שלאפן ביינאכט מסתמא טראכט ער אז אלע גראסעריס און מאנסי האבן צוגעשפארט
ער האט אריינגאבאכט און דעם מער ווי 18 שלמות ווער וויסט וויפל אידיש געלט
נא זאל ער מצליח זיין
|
|
|
|
| נשלח ב-25/2/2005 01:29 |
|
| |
איך בין געווען דארט נעכטען נאכט בערך 11 אזייגער אין עס איז געווען אלע 16 רעדזישטערס אפען מיט עטליסט 4 קערידשעס אין די סטאר איז געווען געפאקט,
בנוגע די ספרים סטאר, אייכלער האט זייער שטארק געוואלט עפענען דארט ער האב עם זייער שטארק מפציר געווען האט פנחס קליין געזאגט, אה די ווילסט אזוי שטארק איך וועל אליינס עפענען ער האט אריינגעבאכעט 100 טויזענט דאללאר אין די ספרים סטאר אליינס, חוץ פין די ח"י מיליאן דאללאר אין די מאלל
ממון check cashing און oh nuts און toys 4 you גייען אריין דארט march 31 ועוד ועוד
ער פלאנט צי האבן דארט לפחות 20 סטארס
אקיצור עס גייט זיין לעבעדיג,
|
|
|
|
| נשלח ב-25/2/2005 02:47 |
|
| |
אין יעדע געגנט וואו די גרויסע מעגא סטארס רוקן זיך אריין ווערט אן אויפרודערניש מצד די קלענערע געשעפטן
וואלמארט האט אסאך אויסצושטיין פון קלענערע ביזנעסער ווען זיי רוקן זיך אריין אין א געגנט, און אזא קעגנערשאפט האבן זיי יעצט ווען זיי ווילן עפענען וואלמארט אין ניו יארק סיטי
ווען עס האבן זיך גיעפנט מעגא סטארס אין הארלעם, האט די געגנט פארפירט אז מען נעמט אוועק פרנסה פון די "בראדערס"
ווען עס עפנט זיך אזא אידישע מעגא סטאר מעג אויך זיין אן אויפרודערניש, הלמאי מען נעמט אוועק פרנסה פון אחינו בני ישראל
איך פארגין עס פאר ר' פנחס קליין בלב שלם
אבער מען זאל פארשטיין אויב עס שאפט זיך אן "אַוטקריי"
|
|
|
|
| נשלח ב-25/2/2005 17:20 |
|
| |
ער פלאנט יעצט צו זיין אפן 24 שעה, און מיט דעם צו זיין א קאמפעטישן מיט PATH-MARK!
אויב דאס ווערט אזוי, גלייב איך אז עס וועט נישט דויערן לאנג צו הערן אז ביינאכט איז דארט געווארן א מערת פריצים...
***
בנוגע צו מאכן אן אויפשטאנד פריער, וואס וואלט מען געקענט טוען? מען קען נישט "מוחה זיין"!! נאכשרייען "מקפח פרנסות"! ווייל ער מעג עפענען וואס ער וויל/און ווי גרויס ער וויל מיט זיין געלט!! [צווייטנ'ס, דא איז נישט וויליאמסבורג...]
ולא יצטרכו עמך בית ישראל זה לזה ולא לעם אחר!
|
|
|
|
| נשלח ב-25/2/2005 19:41 |
|
| |
ער איז דאך א וויזניצער נו ווען עס קומט צו ספרים וועלן אללע ספרים אין געשעפט מוזען האבען דער הסכמה פון זיין רבי'ן
ממילא וועט דארט נישט ח"ו אריין קומען א ריטב"א פון מוסד "הרב קוק" ... וכו' וכו...
ווען ער זאל האבען דעם זעלבען אויסווייל ווי למשל ביי 'אייכלער'ס" אין בורו פארק ווי מ'קען מען זעהן ספרים וואס עס דארף נאר איינער אריינגיין צו זיין רבי'ן איהם אויס מסר'ן...
פאר דעם האלט איך אז מיט ספרים וועט ער נישט קענען זיך אזוי מאנעווערן
אוהבי הספרים (גם אני סובל ממחלה זו ) וואס גיבען אויס אלפים פאר זייער ספרים אדיקשען, האבען נישט ליעב ווען מ'זאגט זיי וואס איז כשר און וואס טריף-פסול.
לדעתי10% פון ספרים ביי "ביגעלאייזן" קען סיי ווער שרייען "טריף" אבער ביי זיין רבי'ן שליט"א איז דער פראצענט העכער.
איך האב געהערט פון דעם באלאבוס פון "טוביעס" ספרים אין מונסי האט מען געלייגט אין 'חרם' זיין ספרים סטאר ווייל ער האט נישט געוואלט זיך צו שטעלן צום רבי'ן צענזוריע... און מ'האט טאקע מכריז געוועהן אין וויזניץ אז מ'טאר ביי איהם נישט קויפן ..
|
|
|
|
| נשלח ב-25/2/2005 21:45 |
|
| |
על ראשון ראשון:
כ'האב געהערט אז וויזניצער רבי שליט"א האט פארבאטן פאר בחורים אריינצוגיין אין דעם נייעם סופערמארקעט. אין וויזניץ איז נישטא קיין מאנקי ביזנעס: אז דער רבי זאגט פאלגט מען (הגם דאס איז מחייב בלויז בחורי וויזניץ). ממילא איז נאך אביסל שווער צו גלייבן עס וועט זיך עפענען א ספרים סטאר, און נאך שווערער צו גלייבן אז עס זאל ווערן א מערת פריצים ח"ו.
בכלל איז שווער צו גלייבן אז ער וועט טרעפן היימישע אינגעלייט צו ארבעטן א גאנצע נאכט פול טיים?
צווייטנס, טובי'ס ספרים געשעפט איז גע'אסר'ט געווארן דורך אלע רבני מאנסי, נישט בלויז וויזניץ. און נישט ווייל ער פארקויפט ספרים פון "ארץ ישראל" נאר ווייל ער האט פארקויפט אלע סארט אפיקורס'ישע און משכיל'ישע בוכער. אויך איז ער דער איינציגער געשעפט וואס האט נישט געוואלט אויפהערן פארקויפן CD'ס פון פלעי'ס וכדו' טראץ אלע בקשות פון די וועד הצניעות אין מאנסי, און טראץ דעם וואס זיי האבן גע'פועל'ט ביי די אנדערע היימישע ספרים געשעפטן.
|
|
|
|
| נשלח ב-25/2/2005 21:59 |
|
| |
אויסער די אלע "מעלות", איז דער בעה"ב פון טובי'ס אליין כדאי לעצמו פארוואס א ערליכער איד טאר נישט איבערטרעטן זיין שוועל, וד"ל.
|
|
|
|
| נשלח ב-25/2/2005 22:21 |
|
| |
בארארפארקער ספרים געשעפטן פארקויפען אויך משכילישע ספרים, אין קיינער האט זיי נישט געאסרט.
אפילו אין אברהם לויפער'ס אמרי שפר קאטאלאג האב איך אויך געזען ספרים וואס די רבני הציונות הדתית האבען מחבר געווען, איך שמועס שוין נישט פון ספרים ארויסגעגעבען דורך מוסד הרב קוק.
|
|
|
|
| נשלח ב-25/2/2005 22:28 |
|
| |
די נייע ספרים סטאר וועט הייסן "מרכז"
|
|
|
|
| נשלח ב-25/2/2005 22:58 |
|
| |
ב''ה אז די וויזשניצע בחורים וועלן נישט זיין דארט [הלואי אסרט ר' מאטלע די וויזניצע יונגעלייט אויכט] נאך א שטינק ווייניגער, און בנוגע טוביס, ב''ה ער איז מצליח ביתר שעת, ווען כגיי דארטן איז עס איבערגעפילט,
יא הרב קוק זצ''ל (וכודמה) ספרים דארף מען פארקויפען, און ווידאויס אויכט, וואס איז שלעכט, מ'טאר נישט הנאה פון א העסק אדער מיאמי קאנצערט? נאך איין מזל ער לאזט זיך נישט פון די וויזשניצע מחנכים, [גראדע און 5 סטאר יודעקא קען מען אויכט אלס קויפען]
כה לחי!
|
|
|
|
| נשלח ב-25/2/2005 23:10 |
|
| |
"אמרי שפר", איז נאך א סימבאל ווי ווייט די א. ג. תלמידי רבינו זענען פארקראכן.
ער איז היינט דער איינציגער ספרים סטאר אין דער וועלט וואס אדווערטייזט א אינטערנעט אדרעס !
ווי אויך איז ער דער איינציגסטער אין וומ"ס וואס פארקויפט און אדווערטייזט ספרים נישט נאר פון מוסד הרב קוק, נאר זאגאר פון די היינטיגע רבנים הרשעיי"ם !
און נאך א לאנגע ליסטע מיט וועלכע זיין געשעפט איז א אבן נגף פאר ערליכע אידן אין וומ"ס.
-------------------
די טענה אז מען מעג אלעס זעהן און הערן, און "פאר מיר וועט עס נישט שאטן", איז שוין צו אלט, און איז שוין צופיל מאל דורכגעפאלן, אז מען זאל זיך קענען ערלויבן נאכאמאל זיך צו טענה'ן דערויף.
מיט א פאקט קען מען זיך נישט קריגן.
דער "חפץ חיים" האט אמאל געזאגט פאר אמוכר "ספרים", וועלכער האט פארקויפט טריפה'נע ביכער (מיט די זעלבע און ענליכע טענות), אז ער וועט אים פארשאפן א ארבעט.
צו גיין קלינגען די גלאק אין די קירכע...
דער מוכר ספרים האט דאן פארשטאנען דעם רמז, און אויפגעהערט צו פארקויפן דעם סם המוות.
איך בין זיכער אז היינט וואלט מען פארן חפץ חיים אליין אויך געענטפערט, "וואס איז, מען דארף נישט זיין אזוי צוריקגעשטאנען און פארמאכט"...
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-26/2/2005 19:47 |
|
| |
יוהסי,
מיר זעט נישט אויס א פראבלעם פאר פנחס קליין צו אריין ברענגען ספרים וואס אין דעת רבו נוחה מזה, ביזנעס איז בעפאר פלעז'ר.
און איך גלייב נישט אז וויז'ניצע רבי שליט"א זאל מוחה זיין קעגען דעם, אין ערגסטע פאל וועט ער נישט לאזען זיין ישיבה דארט גיין (איך האלט בכלל איז נישט כדאי פאר בחורים זיך צו געפינען אין קיין 'מאל' נישט קיין חילוק ווי היימיש עס איז)
|
|
|
|
|
| נשלח ב-27/2/2005 19:13 |
|
| |
א חוצפה און העזה!
ער האט גענומען פאר די "15" רעדזשיסטער'ס "שפאנישע גוים", [אויף רעדזשיסטער #1 איז דא א איד, וואס קאנטלארירט אויף אלע אנדערע ס'זאל זיך נישט מאכן קיין פראבלעמען]
ביי די אלטע סטאר, זענען "אלע" [6] געווען אידן!! [אנשים ונשים]!
* * *
להגיד שבחו: די אלע געוועזענע אידן-ארבעטער'ס האבן באקומען א JOB אין סטאר, אבער די נייע וואס ער האט אויפגענומען זענען נאר גוים!!
איך האב געפרעגט דעם אינגערמאן מ.פ. [הויפט-מענעדזשיר] איבער דעם, האט ער געענטפערט, אז אוודאי וועלן שפעטער אידן אלעס איבערנעמען, אבער אויף יעצט, וואס זיי שפירן יעצט אויף די ביינער די געוואלדיגע עקספענסעס, מוזן זיי אביסל "קאָטן", און א גוי איז ביליגער!
דרך אגב: דאס פארענטפערט אויך ווי אזוי ער קען זיין אפן 24 שעה! [ווייל ער נוצט גוים צו רעכענען]
|
|
|
|
| נשלח ב-27/2/2005 19:55 |
|
| |
משה בער? די האסט געזען אלע רעדזעסטערס גוים?
איך בין געווען דארט פרייטאג אין סאיז געווען אפשר 3 גוים
און צווייטנס ער איז נישט אפען 24
|
|
|
|
|