| נשלח ב-2/3/2005 00:13 |
|
| |
אן אינטערעסאנטער שמועס
נעכטן אוונט, צווישן מנחה און מעריב, איז מיר אויסגעקומען צו זיין אנוועזנד ביי אן אינטערעסאנטן שמועס. עס איז צושטאנד געקומען דורך אפאר אינגעלייט, וואס האבן דיסקוסירט דעם ענין פון מציצה בפה. וואס איז לעצטנס געווען אויפ'ן סדר היום.
בתוך הדברים האט איינער פון די מסובים געזאגט א געדאנק, וואס האט מיך געכאפט אין א סורפרייז. און איך בין געבליבן מיט די צינג אינדרויסן, כ'האב איהם נישט געהאט וואס צו ענטפערן.
ער זאגט אזוי:
אברהם אונזער פאטער, וואס איז געווען דער ערשטער וואס האט זוכה געווען צו די הייליגע מצוה פון מילה. דער ערשטער אין די גאנצע וועלט. און נאכדערצו האט ער עס געהערט מפי הקב"ה אליינס. און לכאורה האט ער באקומען די מצוה מיט אלע הלכות דערפון.
נו, עס איז פארשטענדליך אז אברהם האט אליין בכבודו ובעצמו מקיים געווען די מצוה, און נישט דורך א שליח. א) די ערשטע מצוה וואס ער האט באקומען מפי הקב"ה, האט ער אוודאי געוואלט אליינס מקיים זיין. ב) אין יענע צייט איז נאך נישט געווען קיין מוהלים, קיינער האט נישט געוואוסט וויאזוי מ'טוט דאס. (אגב, איז כדי צו פארצייכענען, נאך א זאך וואס אברהם איז געווען דער ערשטער. דער ערשטער מוהל).
נו ווי פארשטייט זיך, האט אברהם אוודאי נישט געמאכט קיין מציצה בפה. - אויב ער האט בכלל געמאכט מציצה - קומט אויס אז די ערשטע מאל וואס מ'האט מקיים געווען די מצוה, די אריגינעלע מצוה, האט מען נישט געמאכט קיין מציצה בפה. און אפשר גאר מציצה בכלי. עד כאן דבריו.
הערנדיג דאס בין איך געבליבן אן לשון. כ'האב איהם זייער געוואלט עפעס ענטפערן, כדי עס זאל ח"ו נישט ווערן אפגעקילט דאס ענין פון מציצה בפה. אבער כ'האב נישט געהאט וואס. איך פלאג מיך שוין היינט א גאנצן טאג אויפצוקומען מיט א גוטס, איך זאל איהם קענען ענטפערן היינט אין שוהל, אבער עס גייט נישט. ביז כ'האב מיך דערמאנט פון די חשוב'ע גולשים דא אויף היידפארק, אפשר וועט מיר איינער קענען העלפן דא.
שכויח למפרע
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-2/3/2005 00:20 |
|
| |
קודם כל, זייט ווען ווערט אפגעקילט א זאך וואס איז מפורש אין דברי חז"ל צוליב א קשיא ???
ווען אברהם אבינו האט באקומען די מצוה איז עס נאר געווען ביי קינדער פון דרייצן יאר און העכער.
און דוכט זיך אז ביי א ברית מילה פון א גרויסן מענטש מאכט מען קיינמאל נישט קיין מציצה בפה.
און ווער זאגט אז ביי אברהם אבינו האט קיינער נישט געמאכט קיין מציצה בפה (איך ווייס בכלל נישט וויאזוי דאס איז צוגעגאנגען) ???
און בכלל איז אסאך זאכן דאן געווען אנדערש ביי די מצוה, ווי דאס מל'ען דורך א שטיין אנשטאט א מעסער, וכדו'.
|
|
|
|
| נשלח ב-2/3/2005 00:34 |
|
| |
הרב זאלי שרייבט:
קודם כל, זייט ווען ווערט אפגעקילט א זאך וואס איז מפורש אין דברי חז"ל צוליב א קשיא ???
אוודאי דארף נישט ווערן אפגעקילט א חז"ל צוליב א קשיא. איך האב געמיינט צו זאגן, אז אמאל איז דא איינער גיט א זאג עפעס הויעך ברבים, און ווען קיינער האט נישט וואס צו ענטפערן, קען עס אויסקוקן ווי יענער איז גערעכט. ממילא קען דאס אפקילן די מצוה פון מציצה בפה.
ווען אברהם אבינו האט באקומען די מצוה איז עס נאר געווען ביי קינדער פון דרייצן יאר און העכער.
דאס איז נישט אמת, די מצוה איז געגעבן געווארן לכתחילה פאר קינדער ביי אכט טאג אלט. נאר דער אויבערשטער האט געזאגט, אז ווער עס איז שוין געבוירן געווארן ביז דעמאלטס אין אברהם'ס שטוב, זאל מען תיכף מל'ן. פונקט איז ישמעאל דאן אלט געווען דרייצן יאר. עס איז פונקט ווי דו זאלסט זאגן אז די מצוה איז געגעבן געווארן ביי מענטשן פון הונדערט יאר.
און ווער זאגט אז ביי אברהם אבינו האט קיינער נישט געמאכט קיין מציצה בפה (איך ווייס בכלל נישט וויאזוי דאס איז צוגעגאנגען) ???
עס גלייבט זיך נישט אז אברהם האט גערופן א צווייטן מיט צוהאלטן די מצוה. ווען ס'האט נישט אויסגעפעלט. פשוט מחמת איידלקייט. חוץ מזה ווער האט דען פארשטאנען דערצו בימים ההם. (און וויאזוי דאס איז צוגעגאנגען, איז פשוט. אזוי ווי עס גייט צו היינטיגע צייטן).
און בכלל איז אסאך זאכן דאן געווען אנדערש ביי די מצוה, ווי דאס מל'ען דורך א שטיין אנשטאט א מעסער, וכדו'.
די מילה איז יא געווען מיט א מעסער. דו ביסט דיך טועה מיט איין מעשה, וואס איז געווען ביי צפורה, אז זי האט גע'מל'עט מיט א שטיין.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-2/3/2005 00:38 |
|
| |
עס האט מיר איינער יעצט צוגעשריבן אין אישי, אז אזוי ווי אברהם האט מקיים געווען די גאנצע מצוה אליינס. קומט אויס אז ער איז געווען זיין אייגענער סנדק. און סנדקאות איז דאך א סגולה פאר עשירות. אפשר דורך דעם האט ער זוכה געווען צו דעם גרויס'ן עשירות.
אויך איז געווען דער קוואטער, נו האט ער זוכה געווען דאס קומענדיגע יאר צו א קינד.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-2/3/2005 02:30 |
|
| |
אנטשולדיגט.
זיך שלעכט אויסגעדרוקט.
איך האב געמיינט צו זאגן אז אין מציאות (וויפיל עס שטייט אין פסוק) האט מען דאן נישט גע'מל'עט קיינעם אונטער דרייצן (טאקע א זאלי, אבער פארט נישט אזוי וועקי...).
און דאס נעמט נישט אוועק פון דעם תירוץ אז ביי גרויסע מענטשן מאכט מען נישט קיין מציצה.
תוקן על ידי - זאליweaky - 02/03/2005 2:34:41
|
|
|
|
| נשלח ב-2/3/2005 02:33 |
|
| |
ווייסט אפשר איינער די מקור פון קוואטער פאר א סגולה צו האבן קינדער??
לפי ידיעתי איז נישט דא אזא מקור און עס ווערט נישט געברענגט אין קיין שום ספר אדרבא אויב ווייסט איינער אל תמנע טוב,
א דאנק
|
|
|
|
| נשלח ב-2/3/2005 06:33 |
|
| |
איך ווייס נישט צו מציצה איז א דרבנן און דעמאלס מוז נישט זיין אז אברהם האט עס געטוהען, כאטש ער האט אפילו געטוהען עירובי תבשילין, אפשר איז עס נישט קיין כלל.
און טאמער יא, אפשר האט ממרא געמאכט מציצה? ווייל ער האט אליין געמל'ט, אלץ המול ימול, מיינט נישט אז א צווייטער קען נישט מאכען קיין מציצה.
|
|
|
|
| נשלח ב-2/3/2005 10:04 |
|
| |
ר' משיח זאלסט אנשולדיגען קליינע קעפ וויא מיר אבער איך האב נישט קיין מושג וואס דער קשיא איז וואס מיינט "נו ווי פארשטייט זיך, האט אברהם אוודאי נישט געמאכט קיין מציצה בפה" אוואדאי האט ער יא געמאכט מצחצה בפה.
סע דערמאנט מיר א קשיא וואס איך האב אמאל געהערט וויא אזוי האט נח געקענט בויען דער תיבה איי ער איז דאך געווען בלינד? אתמהה
|
|
|
|
| נשלח ב-2/3/2005 22:15 |
|
| |
משיח ביסט זיך טועה
IN THE BEGINING THEY USED A STONE AS WE SEE WITH
צפורה
BUT THAN WITH DAVID AND GOLYAS (GOLIATH) THE METAL SHIELD DIDN'T WANT TO LET THE STONE THRU SO THEY
AGREED THAT THEY WILL MAKE THE BRIS WITH METAL
(THATS WHAT MY RABBI IN CHEDER TOLD ME)
|
|
|
|
| נשלח ב-2/3/2005 22:51 |
|
| |
איך שרייב פון זכרון
אברהם אבינו האט נאר געהאט די מצוה פון מילה נישט 'פריעה' אדער 'מציצה' דאס איז געקומען שפעטער צו יהושיע
ומל את בני ישראל שנית דאס הייסט 'פריעה'
די גמרא אין יבמות זאגט אז 'המל ולא פרע כאלו לא מל'
דאך מאכט דער פאטער דעם ברכה נאכען שניידען פונעם מוהל נאך 'פאר' די פריעה אשר קדשנו..בבריתו של אברהם אבינו (כמנהגינו) עס איז נאך אלס גערעכנט ווי 'עובר לעשייתן'
כאטש אברהם זעלבסט האט נישט געמאכט קיין פריעה, טו ווי אזוי קען מען זאגען א ברכה אויף פריעה מיט דעם לשון 'אברהם..." אויף דעם איז שוין דא א ים מיט תרוצים..
דאך אין די גמ' אין שו"ע יו"ד רס"ד איז קלאר אז אברהם האט נאר זיך 'מל' געוועהן, גארנישט מער.
משיח! אין אנדערע...
מ'דארף נישט קענען אלעס... אבער עס איז זייער גרינג ארויס צונעמען א שו"ע אין נאך פארשען, רוב זאכען זענען אזוי גרינג אז א קינד קען פארשטיין.
you shouldn't get intimidated by the big book
|
|
|
|
| נשלח ב-2/3/2005 23:52 |
|
| |
היינו דאמרי אינשי 3 זאכען טוט מען בלויז לשם שמים: שלש סעודות אין ווינטער, מלוה מלכה אין זימער און מציצה ביי א גר גדול....
|
|
|
|
|