| נשלח ב-9/3/2005 17:54 |
|
| |
מן הסתם איז שוין דער עולם נמעס געװארן פון מקבולים, היילערס, חכמות היד׳ניקעס און כתובה לײנערס און מען קימט שוין נישט און די מאסן זײ צי באװארפן מיט געלט זענען זײ אויפגעקימען מיט די idea פון ''מחנך נפלא בא לעיר''
|
|
|
|
|
| נשלח ב-9/3/2005 22:55 |
|
| |
זעט אויס אז די בענקסט זיך אויף די פארצייטישע מלמדים וואס האבען געטיילט מכות, אין אזוי האט מען געלערנט.
ברוך ה' אז די קינדער וואס לערנען ביי די מלמדים וואס נעמען קורסן ווילען גיין אין חדר מצונים הטוב.
|
|
|
|
| נשלח ב-10/3/2005 04:13 |
|
| |
הרב עפשטיין און הרב משפיע
באמת זענט איר ביידע גערעכט. אמת אז קיינער וויל נישט די פארצייטישע מלמדים. עס איז א גרויסער אויפטוה אז מלמדים לערנען זיך דעם אומנות. דער פאך פון ארבעטן מיט אידישע נשמות איז כאטשיג נאך אזויפיל ווי סיי וועלכע אומנות. ממילא דארף מען זיך דערצו לערנען, מ'קען נישט נעמען סיי וועם אויף דעם. איז ברוך השם פאר דעם, אז מלמדים פארשטייען שוין היינט דעם גודל הענין פון מחנך זיין אונזערע טייערע קינדערלעך.
מצד שני אבער, איז אזוי ווי יעדע דבר טוב, כאפן זיך ארויף בעלנים דערויף, און נוצן עס פאר זייערע פריוואטע געברויכן. ווי למשל רבנים וואס האט אמאל געמיינט א איד א תלמיד חכם, וואס לערנט תורה מיט אידישע קינדער, איז היינט געווארן א חפץ וואס גייט איבער בירושה מדור לדור פאר די אייניקלעך. אזוי אויך דער ענין פון חינוך. אזוי ווי דער עולם פארנעמט שוין נישט דעם שקר פון די אלע חכמים ומשוגעים, נוצן די בלאפערס אויס דעם ענין פון חינוך. און מען שרייבט מחנך נפלא בא לעיר. און דער זעלבער עולם גולם וואס איז געלאפן צו איהם אלץ האנט ליינער לויפט יעצט צו איהם אלץ חינוך קאנסאלטענט.
מ'דארף זיך זייער גוט נאכפרעגן, און נאכגיין די זאך, ווער איז טאקע א מחנך, ווער איז אן ערליכער, א תלמיד חכם, איינער וואס פארשטייט באמת צו חינוך, נישט סתם איינער וואס קען לעקן עלטערן. בקיצור אזוי ווי ביי יעדע זאך.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-10/3/2005 04:35 |
|
| |
איך האב מיך נישט מיט דעם פראבלעם וואס משיח שרייבט נישט אונגעטראפען.
אין עס לייגט זיך אויך שווער אויפן שכל, צו זיין א באבא מיט א בעל מופת למשל דארף מען נאר קענען געבן א ברכה, אין דאס איז א זאך וואס שארטלאנען קענען זיך ארויפכאפען אויף דעם, אין פארדרייען דעם מענטשהייט וואס לעכעצט אויף עפעס.
מצד שני א מחנך דארף רעדן צו די זאך, אין אז ער רעד נישט צו די זאך וואלט מען איהם אויפגעשליידערט פון די שטיגען נאך די ערשטע דרשה.
|
|
|
|
| נשלח ב-10/3/2005 16:46 |
|
| |
הרב עפשטיין
איך אליין האב מיך מיט דעם פראבלעם אויך נישט אנגעטראפן. איך האב מיך נאר באצויגן צו די אויבנדערמאנטע תגובה פון הרב משפיע. ווי ער שרייבט אז דער עולם איז נמאס געווארן פון באבאס, ממילא זענען זיי אויפגעקומען מיט אן עצה פון 'מחנך נפלא בא לעיר'. און ווי איך האב פארשטאנען, האט ער געמיינט צו זאגן, אז ס'איז די זעלבע סארט חברה. און אויף דעם האב איך מיך באצויגן.
נו בלייבט איבער פאר הרב משפיע צו נעמען אחריות אויף זיינע ווערטער, און פארענטפערן דיינע שאלות.
ואני את נפשי הצלתי
|
|
|
|
| נשלח ב-11/3/2005 15:36 |
|
| |
איך געדענק א טויבער קינד אין מיין חדר
וואס א טאג וואס דער רבי האט געשוירן זיין שנאצן
האט ער געהאט א יום טוב און ער האט געקענט דעם שיעור ווייל ער האט געקענט לייענען דעם רעבינס ליפן וואס איז נישט געווען פארשטעלט מיט די שנאצן
|
|
|
|
| נשלח ב-11/3/2005 19:35 |
|
| |
טיערער משפיע
טאמער מיינסטו אז אין די צייטן פון די תלמידי בעל שם זענען אלע אויסגעוואקסען צדיקים יראים ושלמים האסטו אויך א גרויסער טעות, משכילים וואס זענען געפארען קיין בערלין שטודירען איז געווען מער ווי היינט.
אין טאמער ביי די חדר וואס די שיקסט דיינע קינדער וואקסען אלע אויף ליפא שמעלצער, איז אויך נעבעך א רחמנות אויף די קינדער, אבער וויסען זאלסטו אז היינט שטעלט מען אויף אין אסאך פלעצער, א הערליכער דור וואס מען דארף זיך נישט שעמען פאר משיח צדקינו.
אמת אז אין ארץ ישראל איז אסאך בעסער פון דאהי ווייל דארט לייגען די מחנחים אריין מער כוחות ווי דאהי, אבער ברוך ה' אז לעצטענס פארשטייען די חוץ לארצדיגער מוסדות אויף אז א מלמד איז ווי יעדער פאך אין מען דארף זיך עס לערנען,
פארגעס נישט די נסיונות היינט אויף די גאס איז שרעקליך אין א מלמד דארף קענען האבען וואס צו פארקויפן פאר א קינד.
ניין א מלמד איז נישט קיין גראסערי מאן וואס מען שטעלט איהם אריין אין א גראסערי אין ער ארבעט, א מלמד שלייפט אידישע נשמות, אין ער דארף וויסען פונקטלעך וואס ער טוט.
|
|
|
|
| נשלח ב-14/3/2005 07:39 |
|
| |
ביי די מאדערענע וועלט דארף מען א דיפלאמע צו ווערען א מומחה אין דעם פעלד, דא ביי אונז מאכט מען א לעטערהעד אויף פאטאשאפ, מען שטעלט אריין אין די צייטונגען אין דאס איז עס.
|
|
|
|
|