אין מאנסי האט מען אנגעהאנגן נעכטן נאכט אלע בתי מדרשים מיט א ריזיגן שרעקעדיגן גרויסן בילד ווי הרב יעקב מילער אב"ד יארמע יצ"ו והגלילות... [אין אידיש רופט מען עס "מיט א שמיטשיק אריבער"!] שטייט מיט א האנט אויסגעשטרעקט, [ביטע אנשולדיגן פארן אייך נישט אויפנעמען מיט ביידע, ווייל אין די אנדערע הענט האלט ער א ספר...] מיט א שטארקען בעטנדיגן פנים אריינגעבויגן צו די אלע חשובע צוקוקערס... פאר א טיי אווענט ביי ר' ש.מ.ש. אין מאנסי אויף דינסטאג פ' ויקרא
די סימבאל פון "שירה" שטייט דארט ביים ווינקל און שמייכעלט צו גוטמוטיג...
נו, עסקנים און ערענסטע יונגעלייט פעלן נישט ביי כלל ישראל [זאל איך שרייבן "ברוך השם"?] און היינט צופרי איז געגאנגן א "געפליקעכטץ" אין גרויסן... איך האב אזוי געשוינט דעם "יארמער רב" מיט זיין צוריסענעם שטערן... איך האב ממש מיטגעוויינט מיט זיין גרויסן בעטענדיגען אומשולדיגן צוריסענעם בילד....
נו, והוא רחום יכפר!
וואס איך האב דא אבער ארויסגענומען דעם סך הכל, איז: אז כדאי צו מאכן א "מצב" דארף מען טוהן דאס וואס "וועלוויל מיט המזמרים" האבן געטוהן.
איז, ביז יעצט האב איך געוואוסט אז "המזמרים" מיט "שירה" זענען קאמפאטישן, יעצט ווער איך געוואר אז אויך ר' וועלוויל מיטן יארמער רב לעבן נישט אזוי איי איי איי...
בלייבט מיר נאר איבער צו פרעגן: אויף וועמענס זייט זענט איר, ר' וועלוויל אדער ר' יענקל?...
נשלח ב-10/3/2005 20:14
תיקון טעות: וואלי אבער א יענקלויני
וואלוינים, יענקלוינים
נשלח ב-10/3/2005 22:33
נו, ווי איז דער מנהל משנה "אינגערמאן"! א חוצפה פון א ראצער, דער שמחה'לע שרייבט נישט קיין "ר'"!
ס'איז חודש אדר אויף דער וועלט, אין ס'איז אויך 2005
אז אידן מאכן געלט, פרעגט מען נישט קיין קשיות!!
נשלח ב-11/3/2005 01:36
איך שרייב נישט אז איך האב אנטקעגן דעם צוועק איך פרעג נאר א קשיא וואס מען דארף דיעבעטען צו איז עס אויסגעהאלטען נאכמער צו פארברייטערען די אויך אזויליכע גרויסע הוצואת וואס א טיי אווענט קאסט אין דער נצרך וועט מאכן אסאך מער
חשה בער עס קוקט אויס ווי דו האבט נאכקיינמאל נישט ארגעניזירט א טיי אווענט -איך רעד נישט די עסען נאר די געלט פארן נצרך
חוץ אז דא איז יאנקעל מילער דער נצרך צי איך שוין למפרע אין להאבא צוריק