דער בעל מלח רישא האט עס אנגעפרעגט זיין רבין דער נאות יעקב אין ער האט עם גענטפערט אז די קטנים וואס האבן געגעבן דעם מחצית השקל פאר די אדנים שוויצען אסאך מער ווי די נשים אין אז עס איז חמירא סכנתא מאיסורא ווייל עס שטייט דאך אז אז יעדע זיעה חוץ פינעם פנים איז דאך א סכנה חוץ מזיעת הפנים ווי עס שטייט בזיעת אפיך תאכל לחם (אבער לויט די ארונים שוויצט נישט ט דער גראבער אגודל פינגער אויך נישט אין דאס איז דער טעם וואס לויט זיי איז חד וחלק נאר דער אגודל )ממילא אויב באשמירט מען מיט די שתותי זתים איז דא ווייניגער שוויץ אבער דאן איז דאך שווער אז מען וועט זאגן מתוך אין עס וועט מותר זיין סיי שוויץ אין סיי זתים מוז מען פארענפערען אז מען דערצו צולייגען - צוויבעל- אין דאס איז שטאקער נותן טעםאויף די אלע קשיאס -אין דאס צוויעבל גראך וועט אוועקנעמען דעם שוויץ גראךך ואתי שפיר ודוק כי קצרתי
תוקן על ידי - ekstein - 18/03/2005 0:46:29
נשלח ב-18/3/2005 01:19
כ'ווייס נישט פונקטליך קיין תירוץ אויף דיין קושיא, אבער עפעס א ראבינער האט לעצטנס גערעדט דערוועגן און ער האט געזאגט אז ביי די נשים איז עס מער קללה.
גראדע אז מען רעדט שוין וועל איך זאגן א שטיקל פלפול דערוועגן וואס השי"ת האט מיר חונן דעת געווען.
יענער ראבינער האט אין זיין דרשה מסביר געווען פארוואס מ'גיט נאר א מחצית השקל לקרבנות ציבור, ווייל עס איז צוטיילט צווישן מאן און פרוי. ביי א מאן איז די עיקר די געלט, און ביי א פרוי איז דער עיקר די זיעה. א מאן גיט אוועק מיט מסירות נפש זיין געלט, און א פרוי גיט מיט מסירות נפש אוועק די זיעה אום זומער. צוזאמען איז עס א גאנצער שקל. ביידע געבן העלפט, דער מאן א מחצית השקל פארן אויבערשטן און די פרוי די זיעה. דורך צוויי האלבע ווערט א "ושקל אשא בבית נכון ונשא". יענער ראבינער פירט אויס אין די דרשה אז דאס איז א "טעם נכון".
קען טאקע זיין אז דאס איז פשט אין פסוק "בזעת אפיך" גייט אויף די פרוי, וואס ביי איר איז דאס די גרעסטע מסירות נפש. און "תאכל לחם" גייט אויפ'ן מאן, ביי וועמען פרנסה איז דער עיקר.
פאר דעם שטייט דער פסוק ביי מצות פריה ורביה, צו וויסן אז איידער מען שטעלט אויף א בית נכון ונשא דארף זיין א "שקל שלם". סיי דער "בזעת אפך" און סיי דעם "תאכל לחם", אלעס דארף מען אוועקגעבן מיט מסירת נפש פארן אויבערשטן.
כן נראה לפענ"ד. און דוכט זיך אז ס'איז א "טעם נכון"!
איין זאך אבער, נאך פאר עס ווערט א קאנטראווערסיע. זיעה איז פון די זאכן וואס הייסט על פי הלכה א מום ביי א פרוי. אויב מען איז מקדש אן אשה על מנת שאין בה מומים, און זי ליידט פון זיעה, איז די הלכה אז אינה מקודשת.
(כתובות עה א; רמב"ם אישות ז ז; טושו"ע אבהע"ז לט ד.)
נשלח ב-18/3/2005 04:28
ווי מען געט איבער קומט אין די נאנטע טעג פאר א ריזיגער סעיל אין קרית יואל אויף אלע שוויץ זייפען אין פרעפיומס פאר די פרויען וואס קענען נישט געבן קיין מחצית השקל
נשלח ב-18/3/2005 06:36
די זאלי מנוולים שמיעסען זיך אדורך
נשלח ב-18/3/2005 07:28
רחמנא ליצלן! אזוינס.
מען איז מחדש חידושים נפלאים גבוהים ורמים, אלעס איז געבויט אויף די טייערע פערל ווערטער זקוקין דנורא ואש גפרית עמוקין וטמירין פון דעם גאו"ץ חכימא דקרית יואלאי.