בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

שבת התוועדות דקהל חסידי דזירקא!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-18/3/2005 03:46 לינק ישיר 
שבת התוועדות דקהל חסידי דזירקא!

עליונים ששו ותחתונים עלזו

אז מיר האבן די זכיה מארח צי זיין כ"ק אדמו"ר עטרת ראשינו שליט"א, וואס קומט ספעציעל פין ירושלים עיה"ק לשבות כבוד בעיר מאנטריאל עיה"ת לשמחת לב ידידיו ומעריציו,

דא וועט געפראוועט ווערן מיט א גרויסע שמחה די שב"ק ויקרא/ זכור, די רבי וועט זיך באטייליגען ביי א ברית פין הרב פ. שליט"א,

עס ווערט ערווארטעט אסאך געסט פין ארץ ישראל אין פין חו"ל,

יהא בואו לברכה להרמת קרן התורה והחסידות...



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/3/2005 06:13 לינק ישיר 

ווייסט איינער די היסטאריע פון "הייליגן" דזיריקע רבי'ן
ווען האט ער אויפגעגעבן די קעיטערינג און געווארן א רבי?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/3/2005 06:20 לינק ישיר 

http://www.hydepark.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1102236



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/3/2005 20:54 לינק ישיר 

איך הער אז סאיז שוין דא א גרויסע עטלם יעצט




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/3/2005 22:37 לינק ישיר 

מצורף קובץ


.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/3/2005 04:27 לינק ישיר 

נא ווי אזו איז געווען שבת ?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/3/2005 07:53 לינק ישיר 

דא האט איהר א בילד פונעם הייליגען רעבין



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/3/2005 07:56 לינק ישיר 

נאך א בילד

תוקן על ידי - קיסנער - 21/03/2005 8:02:26



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/3/2005 07:59 לינק ישיר 

מצורף קובץ

.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/3/2005 08:29 לינק ישיר 

שלום עליכם טייערע אידן.

א גרוס אייך פון די עיר הבירה מאנטריאל.

איך זע אז דא איז דער עולם אויסגעהונגערט צו וויסן וויאזוי דער שבת איז אדורך, און איך ווי איר ווייסט שוין, גלייך נישט קיין נארישע פאלעמיק.
אלזא וועל איך ברענגען א פונקטליכן באריכט, פון מיינע אייגענע "אויגן", און די קריגערייען וועל איך אי"ה לאזן פאר אנדערע.

ווען איך רעדט פון די "אייגענע אויגן" מיין איך זייער פשוט, איך האב מיר צוגעמאכט די אויגן פאר א מינוט (כעצת...) און איך האב מיר פארגעשטעלט "כאילו" איך בין געפארן קיין מאנטרעאל מיטצוהאלטן דעם הערליכן שבת בחצר הקודש דזשירקא.

כאטש איך בין נישט קיין דזשירקער חסיד, שטעל איך זיך פאר אז ער איז אן אדם גדול, און ער איז מחזק אידישע קינדער, און איך בין באקאנט מיט א משפחה וועלכע ער האט ממש געראטעוועט פון אונטערגאנג, אבער קיין פרטים קען איך נישט שרייבן ווי פארשטענדליך. געטשעפעט א איד האט ער זיכער נישט, און היינט איז דאס א גרויסע מעלה...

איך בין אנגעקומען פרייטיג אינדערפרי, מיט א פליגער וואס האט מיר דערמאנט פון דזשירקא...
אנקומענדיג דארט אין מאנטריאל, האט דער ביהמ"ד אויך געהאט א ענליכע היימישע צורה. דער ביהמ"ד האט געווירבלט מיט מענטשן אזוי ווי דזשיקא אין די גוטע צייטן.
דער ביהמ"ד און דער גאנצער ארום האט געקאכט ווי א קעסל מיט די פיבערהאפטע הכנות צום געהויבענעם שבת, אין ביהמ"ד האט מען געזען די לעצטע צוגרייטונגען ווי דאס פארענדיגן די ברענטשעס, אכט שטאק אויף איין זייט און זעקס אויף די אנדערע (כדי נישט צו שטערן די ווייבער שול), ווי אויך דאס אויסשטעלן די בענק, און פלאצירן די געסט יעדן על מכונו וואס איז פארגעקומען פארנט פון ביהמ"ד.

פרייטיג צו נאכט'ס האט מען אויסגערופן אין גרויסן דזשירקער ביהמ"ד אז היינט נאכט גייט מען דאווענען אין דעם קעזנאוו ביהמ"ד, און א ריזיגער עולם, וואס איז געקומען פרי אין ביהמ"ד צו כאפן א פלאץ, האט זיך ארויסגעלאזט צום אנדערן ביהמ"ד, וואס איז א גאס אוועק.
אנקומענדיג דארט האבן מיר, די ניו יארקער אידן זיך געשפירט גאר היימיש, ווען מען האט געזען דארט ווי עס שטייען עסקנים און מאכן ארדענונג ווער עס מעג אריינגיין און ווער נישט, האבן מיר זיך פארגעשטעלט אז דאס איז מסתמא וועגן די נייעם מנהגים וואס בוזשעווען ביי כלל ישראל, אז מען שרייט נאך רבנים פרייטאג צו נאכטס אינמיטן זייער באטע, און אזוי ווי ס'איז שבת זכור האבן די עסקנים מורא געהאט אז אנגעטרינגענע מענטשן קענען נאך קומען שרייען אויפן רבי'ן אז ער איז חלילה עמלק.
אבער ווען דער רבי האט געזען די גארדס האט ער געזאגט אז ער האט נישט מורא אז מען שרייט אויף, אדרבא יעדער קען קומען, און מען האט תיכף אוועקגעשיקט די גארדס.
דער רבי האט געגעבן דעם באפעלן צו דאווענען אין לחיים זאל אויך דזשינע מענסע גאס.
די גאסן פון די שטאט זענען געווען באהאנגען מיט ריזיגע פלאקאטן "ברוך הבא בשם ה'" אזוי ווי איר קענט זען אויף די פלאקאטן וואס זענען דא שוין געפאויסט פריער.
אנקומענדיג אין ביהמ"ד זענען די פלעצער שוין אין גרויסן טייל געווען פארנומען דור די מאחרים לבא, אבער דער גאנצער עולם האט זיך אריינגעריקט און געמאכט פלאץ איינער פארן אנדערן. הרב ר' ..... האט פארלאנגט פון די געסט אז זיי זאלן איבערגעבן די פלעצער פאר די מאנטריאלע אידן.
עס זענען געווען דארט געדרוקטע סידורים ספעציעל לכבוד דעם געהויבענעם שבת, ווי אויך עטליכע גליונות ספעציעל לכבוד דעם שבת. די ירושלימ'ער געסט (ארום פופציג) האבן מיט זיך מיטגעברענגט דעם רייכן זשירקער חודש'ליכער גליון.
ווען דער רבי שליט"א האט אנגעהויבן הודו האט דער ביהמ"ד אנגעהויבן קאכן ווי א פלאם פייער, די זעלבע האט זיך אנגעהויבן ביי לכו נרננה, און דער קאך איז כסדר געשטיגן ביז די העכסטע ספערן.
דער קלימאקס איז געווען ביי מזמור שיר ליום השבת, ווען דער ביהמ"ד האט אזוי געקאכט אז מען האט נישט געקענט הערן דעם אייגענעם קול, בלי שום גוזמא.
נאכן דאווענען איז מען אדורך שלום נעמען פונעם רבין שליט"א, וועלכער האט אפגענטפערט יעדן איינעם במאור פנים, ווען נעבן אים שטייען דער גאון הדור שליט"א מיט'ן שר הצדיקים שליט"א וועלכע ווייזן ארויס זייער שמחה און צהלת פנים פאר די געסט מכל קצוי תבל.

ביים עסן אין זאל הונטערן ביהמ"ד האבן געגעסן איבער 400 געסט, אבער כ'האב נישט פון דארט קיין פונקטליכע באריכט ווייל איך (און נאך בערך 200 געסט) האבן דארט נישט געגעסן. אזויפיל האב איך געהערט אז עס האט געהערשט א מוסטערהאפטע ארדענונג אנגעפירט דורך דעם בארימטן עסקן ר' ח. ש..
פון דארט איז דער עולם אריבער אין ביהמ"ד וואו מען האט פארנומען די פלעצער אויף די בענק און ברענטשעס.
ווען דער רב שליט"א איז אריינגעקומען איז שוין דער ביהמ"ד געווען פול, און דער גאנצער עולם האט זיך אויפגעשטעלט מיט יראת הכבוד.
עס האבן נאך געהאלטן אין איין שטראמען מענטשן ביז דער ביהמ"ד איז געווארן פול געפאקט. מיט אן ערך פון קרוב צו 1300 אידן, וואס אן די ארום 600 געסט און 100 בחורים מיינט דאס ארום 80% פון די דזשירקער אידן אין מאנטריאל.
א מחזה הוד איז געווען צו זען דעם אכט שטאקיגן ברענטש געפאקט מיט חשוב'ע יונגעלייט, בני תורה, אברכי הכולל און מגידי שיעור, וועלכע האבן געברענגט א געוואלדיגן ערנסטקייט אויפן גאנצן טיש. און דאס האט שטארק געהויבן דעם כבוד פון דזשירקא אין די אויגן פון די מאנטריאלער אידן וועלכע האבן געזען דעם ערנסטקייט און געהויבנקייט וואס האט אראפגעשיינט פון די איידעלע פנימ'ער.
די בחורים זענען בעיקר געשטאנען אויף דעם ברענטש קעגנאיבער צוזאמען מיט נאך פיל יונגעלייט, דער ברענטש איז אויך געווען אזוי געפאקט אז מען האט זיך נישט געקענט רירן.
ביים טיש האבן זיך אויך באטייליגט די חשוב'ע רבנים פון דזישרקא-מאנטשעסטער, דזשירקא-לאנדאן, און הגה"צ דער שר הצדיקים ר' ש. ב. . ווען ר' משנה ג. איז אריינגעקומען האט זיך דער רב אונטערגעהויבן לכבודו.
מען האט תיכף אנגעהויבן מיט דעם באקאנטן ניגון וואס מען זיגט ביים רבין אנהייב טיש, און דער שול האט גענומען קאכן מיט א ברען. די וועלכע האבן נישט געקענט דעם ניגון האבן זיך בלויז געשאקלט אין התרגשות און באטראכט די ווארעמקייט און יראת שמים פונעם ציבור אויף ביידע זייטן ברענטשעס.
מיט כל מקדש איז מכובד געווארן ר' ג. ח. פון מאנטשעסטער, מיט מנוחה ושמחה איז מכובד געווארן דער גאון הדור ר' ב. פ. , וועלכער האט זיך געשטעלט צו זינגען זיין אייגענעם ניגון, אבער די בחורים האבן שוין לאנג געהאלטן אינמיטן דעם געווענליכן ניגון און עס האט זיך זיי קענטיג נישט געגלוסט אויפצוהערן (נישט געזארגט, ר' ב. איז נאך געבליבן ביז צום סוף טיש, און ביי די מלוה מלכה איז ער אויך געקומען און געבליבן ביז נאך די תורה פון רבין שליט"א, וואס איר וועט באלד זען וויפיל אזייגער דאס איז...).
מה ידידות האט באקומען דער שר הקמצנים ר' י. , און ער האט שוין ניטאמאל פרובירט אנצוהייבן א אייגענעם ניגון...
ביי די תורה האט דער גאנצער טויזנט קעפיגער עולם צוגעהערט מיט קענטיגער הנאה און תענוג רוחני, עס האט געהערשט א שטילקייט אין ביהמ"ד כמעט ביז צום ווייבער שול... און טייל מאל האט אויסגעזען ווי דער עולם כאפט דעם רבין ביי א גרייז, ווען דער גאנצער עולם אויפאמאל האט אויסגעפירט די קומענדיגע ווערטער... (ווען איך האב געזאגט פאר א מאנטריאלער איד, אז בלויז צו זען דעם שמייכל אויף ר' ש. פ. עטליכע מאל אינמיטן די תורה האט זיך שוין געלוינט צו קומען, האט ער מיר דערציילט אז זיינער א שכן איז געווען פאריגע וואך אין לאנדאן ביי ר' א.'ס תורה, און ער האט אים געזאגט אז ווען ער האט געזען ווי ר' ש. דרימלט און פ. ע. שאקלט זיך מיט אן ערנסטקייט, האט ער שוין פארשטאנען וואו ער איז...).
נאך די תורה איז א גרויסער עולם ארויסגעגאנגען, אבער עס האט זיך כמעט נישט אנגעזען אין ביהמ"ד.
דער ווייטערדיגער טייל איז אויך פאראיבער מיט גרויס התעוררות, די לעבעדיגע ניגונים האבן אויפגעטרייסלט די פארשלאפענע מאנטריאלער אידן. און די ווארעמע ניגונים האבן אפילו ביי זיי ערוועקט די אינערליכע הרגשים, ספעציעל ביי דעם ניגון פון פליאה דעת ממני וואס מען זינגט בשעת די פירות.
דער עולם האט זיך צושפרייט האלב צוויי נאכן טיש מיט אויסערגעווענליכע באגייסטערונג און צופרידנהייט.


המשך יבא...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/5/2005 00:11 לינק ישיר 

קול רנה וישועה באהלי צדיקים


בשמחה רבה ההני בא לבשר אתכם שנולד נכד לכ"ק מרן אדמו"ר שליט"א שב"ק פרשת אמור העעל"ט,

השלום זכור והברית יהיה בעז"ה שב"ק פרשת בהר בבית מדרשינו ברחוב לפידות 4 בירושלים,

ואומר לך בדמייך חיי ואומר לך בדמייך חיי בדמייך חיי,

סימן טוב ומזל טוב יהא לנו ולכל ישראל אמן



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > שבת התוועדות דקהל חסידי דזירקא!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext