דער לאיער פאר די זאליס, עד רייש האט זיך היינט דערקלערט שולדיג אויף כאבער, אז ער האט גענומען כאבאר.
רייש איז דער לאיער וואס די עף.בי.איי. באשולדיגט אז ער האט אונטערגעשמירט באראש.
גרויסע נייעס ווערט ערווארטעט.
נשלח ב-21/3/2005 20:59
די כאבאר קלאגע איז אן אלטע. עס האט נישט קיין שום שייכות מיטן סאטמארער סכסוך ביים שופט באראש. כאטש דער מסור בראך האט מחדש געווען חידושים נפלאים בנוסח מורו ורבו, אז עס האט א שייכות, און דער רב האט עס עטליכע מאל געהייסן שרייבן אין בלאט.
אידעלעך, זייט פרייליך. און בעטס די אהרונים צו שיסן נאך אזעלכע "באמבעס".
תוקן על ידי - אינהכינמי - 21/03/2005 21:19:57
נשלח ב-21/3/2005 21:28
איחוד.לויט ווי איך פארשטיי,קען זיין אז איך בין נישט גערעכט
אז ווען מען ווייזט פאר א אפיעל קארט אז דער לויער פינעם צד שכנגד האט געגעבן שוחד פארן דזשארש אפלוי עס איז נישט געווען ביי די זעלבע קעיס קען עס האבו א שטארקע עפעקט ווייל מען זעט אז די צוויי האבן געהאט איליגעל באהאלטענע געשעפטן אין די אפיעל קען טראכטן אז עס איז געווען ביי די קעיס אויך, אין בפרט אויב באראש גייט אויך אריין אין טראבעל דערוועגן קען עס האבן א זייער גיטע עפעקט
חיץ מזה ווער זאגט דיר מיט אזא זיכערקייט אז די קעיס נישט??
פאר די זאליס איז עס זיכער ניט קיין געווינס
נשלח ב-21/3/2005 22:58
עס דערמאנט אונז די מעשה פון דעם מלוה וואס האט אנגעקאלט דעם לוה: האלא, וואס טוט זיך מיט די טויזענט דאלער וואס דו קומסט מיר? זאגט דער לוה: אה, דאס איז אן אלטע חוב, אלטע חובות באצאל איך נישט!!
אבער, טענה'ט דער מלוה, די זעקס הונדערט וואס איך האב דיר געבארגט פאריגע וואך וואס איז מיט דעם? דאס איז דאך שוין יא א פרישע חוב!! אה, דאס – זאגט דער לוה – דאס ווארט איך זאל אלט ווערן...
די כאבאר קלאגע איז אן אלטע, איחוד'ל! און "לאנדאן" וועט מען ווארטן זאל אלט ווערן...
תוקן על ידי - צודערזאך - 21/03/2005 23:04:03
נשלח ב-21/3/2005 23:07
אויסשווארץ קענסט מסביר זיין וואס די שרייבסט?
דער לאיער פאר די זאליס, עד רייש האט זיך היינט דערקלערט שולדיג אויף כאבער, אז ער האט גענומען כאבאר.