|
|
| נשלח ב-23/3/2005 19:29 |
|
| |
הגה"צ מ'באבוב לרפו"ש קריטיש!!!!
לתועלת הענין, זאלן מען פאוסטן דא די נייעסן פון באבוב'ער רבי שליט"א'ס מצב.
סיז זייער נישט מענטשליך צו לאזן די אשכולות מיטן קעפל "זצוק"ל"
מנהלים טוטס א חסד און שמעלטס עס צאם
|
|
|
|
| נשלח ב-23/3/2005 20:25 |
|
| |
מען בעט דעל עולם זאל רחמנות האבען אויף כלל ישראל, אין גיין זאגען תהילים לזכות רבי נפתלי צבי בן בלומה רחל.
די תפילות ביז יעצט האבען געהאט א גרויסע השפעה איז דער מצב האט זיך אביסל סטעביליזירט.
מען בעט אויך פון די חשובער גולשים אז כאטש די טעג זאלען זיי זיך איינהאלטען פון באשמוצען אנדערער אידען אין רבנים, און דאס זאל זיין א זכות פארן צדיק.
איך וואלט מציע געווען פאר די מנהלים אויסצומעקן א חלק פון די לשון הרע וואס שטייט דא.
והן קל כביר לא ימאס.
תוקן על ידי - אינהכינמי - 27/05/2005 2:36:10
|
|
|
|
| נשלח ב-23/3/2005 20:32 |
|
| |
SIM89 שרייבט
מען הערט ווידער אז ס'איז לא אפסה כל תקוה רח"ל און מ'האט נאכאמאל זיך גענומען זאגן תהילים, די קולות זענען אין לשער.
אבינו אב הרחמן חוס ורחם עלינו.
===
אין רשות לקחת תמונות שלי למקום אחר בלי רשות.
there is no permission to take any of my pictures to another place
|
|
|
|
| נשלח ב-23/3/2005 20:38 |
|
| |
דישיגוטער שרייבט
הונדערטער אידן שטראמען קיין מיימאנעדיס שפיטאל
גאסן ארום זענען פארמאכט מיט די הויפט פאליציי גערנעראלן פון די געגנט
אין באבאווער שוהל אויף 15טע עוו זאגט הונדערטער מענטשן תהלים
מ'זאגט פסוקי יחוד
|
|
|
|
| נשלח ב-23/3/2005 20:47 |
|
| |
13hopper שרייבט
בקשו רחמים מרובים לרפואת אדמו''ר מבאבאוו
די מצב איז געווארען שרעקליך היינט
מען זאל נישט פארגעסען מאמר חז''ל אפילו חרב חדה וכו׳
רבותי רייסט איין
תוקן על ידי - allnewspic - 23/03/2005 20:53:31
|
|
|
|
| נשלח ב-23/3/2005 20:55 |
|
| |
13hopper שרייבט
דער מצב איז אזוי מען קען שוין נישט מאכען דייאליסיס ווייל די בלאד פרעשער פאלט אראפ צי נידריג
SIM89 שרייבט
דא אין אר"י דערציילט מען אז דער מצב איז דאס ערגסטע, און טויזנטעס גייען צום ביהמ"ד וויינען און דאווענען, און הונדערטערס פארן צום שפיטאל זיין לעבן דעם הייליגן רבי'ן וואס את חליינו הוא נושא,
אוי טאטע! האב רחמנות אויף אידישע קינדער.
חלילה_וחס שרייבט
חברה, רייסט איין! שפאלט הימלען! ס'איז נאך דא האפענונג!
יעצט בשעת'ן שרייבן, גיט מען איבער פון שפיטאל אז ס'איז אנטשטאנען אביסל א פארבעסערונג, גאר פיצל שבפיצל, אינעם שווערן מצב.
אידן לאזן נישט נאך. מען שטייט ארום דעם בעט פונעם באבובער רבי'ן שליט"א לרפו"ש און מען זאגט תהלים אויך אין באבובער שולן פארגיסט מען הייסע טרערן. מען וויינט און מען בעט צום א-ל גדול ה' ומלך גדול על כל א'להים.
אחינו כל בית ישראל בגולה ובארץ, רבותי, לאמיר זיך אלע מיטכאפן און זיך פאראייניגן. זאל אונזערע תפילות שפאלטן הימלען און נאך דערהאלטן ביים לעבן דעם גאון וצדיק מפורסם הגה"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א.
כבר היה לעולמים וואס אידישע תפילות האבן געהאלפן אפילו אין די לעצטע מינוטן. לאמיר נישט פארפאסן די מינוט! און אויסנוצן די צייט מיט הייליגע תפילות לרחמים ותחנונים.
אם אמרתי מטה רגלי חסדך ה' יסעדני
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-23/3/2005 21:47 |
|
| |
נו ? וואס איז דער מצב ?
|
|
|
|
| נשלח ב-23/3/2005 22:40 |
|
| |
קיבלתי באימייל
went to the hospital to daven Mincha. Most einicklich aren't inside anymore, they are sitting in the bikur cholim room or in the bais medrash. The girls were sent home already. People keep on coming (like the Leibel hammer's etc..) and they go into the room for a few minutes. It seems that they are letting people go in zich zi ge'zaiginin. I spoke to a yungerman who also went in for a minute (He claims that they are letting in anyone who wants to ask mechileh and to gezegin zich). He told me that the ruv looked terrible.
It seems that the medication is still keeping the pressure at a certain level but at an extremely low one. He is still connected to a bag of dopimine (I don't know if I spelled it correctly - it is the medicine to keep the pressure up). from what I heard there was that they signed a DNR and they won't add any more bags.
The yunger ruv, the dayin and R' Yonason Benyomin came a little before 2 and left after 20 minutes. The sisters were also there at 12 o'clock.
ה' ירחם עלינו ועליו ועל כל בית ישראל וחכמיהם...
 |
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.
|