ווי אינטערעסאנט ס'קלינגט נאר, מוז מען דא געבן א געזונטן [ביטערן] שמייכל!
עס איז געווען א "הכנסת ספר תורה" צום א ביהמ"ד וואס איז ביזדערווייל נאר אפן געווען די איצטיגע ימים נוראים, דערנאך איז עס געווארן פארמאכט... ביז'ן איצטיגן "הכנסת ספר תורה" שושן פורים!! און דערנאך האט מען עס צוריק פארשפארט!!
עס הייסט יעצט אז מען גייט נאכאמאל אריינגיין "שבועות"...
[פון פסח איז נישט קיין רעדע, ווייל דער רב הגה"צ ר' חיים יושע איז נישטא]
* * * מען רעדט דא פון ביהמ"ד "חמדת ישראל" שע"י קהל ויואל משה ד'סאטמאר [?] מאנסי * * *
ווי איך האב שוין געשריבן אין א פריערדיגן אשכול איז געווען די "אבן הפינה" חורף תשנ"ט... [עס פעלט נאך אויס צושרייבן: לפ"ק ? אדער מען וועט אליין כאפן...
|
|