די חסידישע וועלט האט אויפגענומען מיט פרייד די נייע געלונגענע טעיפ 'ועינינו תראינה' פון יוסי גיל.
עס איז שוין לאנג נישט ארויס געקומען אזא גוטע טעיפ:
1. די בעסטע חסידישע זינגערס. (אייזיק האניג, שלמה כהן, ליפא, הלפגוט ועוד רבים וטובים)
2. אויסגעקליבענע עכט חסידישע ניגונים.
3. געזינגען מיט א חסידישע געפיל און היימיש.
יוסי, כאטש איך ווייס אז דו וועסט נישט זען וואס איך שרייב דא... אבער איך האף אז דו וועסט עס פילען אין טאש... און נאכאמאל א יישר כח פאר'ן צוריק ברענגען די חסידיש געשמאק.
און פאר אייך חברים בין איך ממליץ צו קויפען די טעיפ נאך פאר ספירה און די ארבעט פון פסח וועט גיין אסאך גרינגער.
גילוי נאות:
איך מאך נישט קיין געלט פון די טעיפ אבער איך וויל עס זאל ארויס קומען נאך אזעלכע טעיפס און עס זאל זיך לוינען די השקעה פאר'ן חסידישע וועלט.
נשלח ב-28/3/2005 22:36
עס איז באמת א שיינער טעיפ, ווער איז דער יוסי גיל? ]פון דעם טעיפ פארשטיי איך אז ער איז עפעס א שם דבר אין עולם הנגינה?
וואס איז זיין כוח?
נשלח ב-28/3/2005 23:29
זיין אמת'ע משפחה נאמען איז דאכט זיך מיר 'קרישבסקי', ער פלעגט ארבעטען אין 'ערוץ שבע', און אין נאך רדיו סטאנציעס אין ארץ ישראל.
ער איז ל"ע בלינד, אבער ער האט א שטארקע חוש אין נגינה.
ער האט געשטיפט עטליכע חסידישע זינגערס ארויס צוגעבען חסידישע טעיפס מיט אלטע חסידישע ניגונים.
איך האב געהערט די טעיפ אפאר מאל אין איך האב עס נישט ליב. אפשר זענען דא מענטשען וואס האבען עס יא ליב, איך האלט אז סנישט אזא שיינע טעיפ.
סקומט נישט צו צו ליפאס טעיפ לעילא ולעילא וואס דארט האט ער געוויזען אז מקען מאכען א חסידישע טעיפ וואס זאל זיין שיין אויך.
נשלח ב-4/4/2005 00:00
דער ניגון המלאך הגואל פון ר' יענקל תלמיד געזונגען דורך דעם גערער חזן הלפגוט איז מלא טעם. איך גידענק נישט די נאמען פון דעם מיוזיק ערענדזשער אבער ס'איז זייער שיין אראפגעלייגט, לענ"ד.
נשלח ב-4/4/2005 02:57
איך האב געקויפט דעם טעיפ נאר ווייל דא האט מען געשריבן אז ס'איז א מצוה צו קויפן. דער טעיפ בעצם איז נישט עפעס מורא'דיג. נאך א מזל אז כ'האב אויך געהאט א מצוה מיט'ן קויפן אז נישט וואלט אשאד געווען די $15