א ביטערער עקסידענט איז פארגעקומען יענע וואך מאנטאג ביי די שחיטה אין ווילענד מיט איינע פון די רבנים המכשירים עס האט זיך אים אפגעפליקט א פינגער מען האט אים געטרענספערט מיט א העליקאפטער קיין פילאדעלפיע און ער איז נאך אלץ דארט בשורות טובות
דער מצב מיט ר' לייביש איז שוין ב"ה בעסער. די האנט איז ב"ה אין גוטן צושטאנד, נאכדעם וואס די דאקטוירם האבן בס"ד צוגענייט די פינגער. הודו לה' כי טוב. א קאפיטל קען מען מען נאך אלץ זאגן פאר אריה לייביש בן גאלדא לרפואה שלימה בתוך שאר חולי ישראל
אלע סאטמארער חסידים קוקן ארויס אויף א שנעלע און גאנצע רפואה פאר'ן חשוב'ן דיין שליט"א וועלכער איז אנגענומען ביי יעדן, ווי מען קען עס זען טעגליך ווי אנ"ש שטייען ביים טיר פון חדר ההוראה אין ביהמ"ד הגדול צו פרעגן שאלות.