בשעת שריפת חמץ זאגט מען נישט "כל חמירא", וויבאלד מ'פלאנט דאך נאך צו עסן חמץ.
נישט פארגעסן שבת בייטאג פארן סו"ז אכילת חמץ, (אדער ווען אימער מ'ענדיגט די סעודה און מ'פלאנט מער נישט צו עסן קיין חמץ) צו זאגן "כל חמירא" וואס מ'זאגט געווענליך ביי "שריפת חמץ" (נישט "בדיקת חמץ").
ביי "בדיקת חמץ" זאגט מען "כל חמירא" פונקט ווי א געווענליכע יאר.
סיז פראקטיש אז די חמץ וואס מ'עסט שבת זאל מען אויפעסן ביז צון א פיצל און גארנישט איבערלאזן, ווייל אויב ס'בלייבט איבער חמץ, איז א גאנצע קאפ-וויי וואס צו טאן דעמיט.
די חמץ פון שבת זאל מען גוט אוועקלייגן אויף א פלאץ ווי קינדער (צו סיי ווער) קענען עס נישט פארשלעפען, אויב ס'האט זיך געמאכט און די חמץ איז פארשלעפט געווארן און נעלם געווארן, איז (גרויסע פראבלעמען, ספעציעל אויב סיז שוין נאכן זמן שריפת חמץ, מ'זאל פרעגן א דיין, (קען גאר זיין אז ער איז מחויב דעם ערשטן טאג חוה"מ צו בודק זיין די הויז לאור הנר מיט א ברכה אן כל חמירא.
שלש סעודות סעודות עסט מען שפעטער נאכמיטאג אויף די פסח'דיגע טשולענט
|
|