בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

פעדעראלע מארשאלס ביי סאטמארער רבי'ן

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-10/4/2005 22:46 לינק ישיר 
פעדעראלע מארשאלס ביי סאטמארער רבי'ן
מצורף קובץ

פאריגע וואך האט זיך אפגעשפילעט א סצענע ביים הויז פון סאטמארער רבי'ן, ווען פעדעראלע מארשאלס האבן זיך אראפגעלאזט אהין, און פארלאנגט צו רעדן צום רבי'ן.

עס איז געווארן א מהומה. אנגעהויבן פון יואלי גאלד, יודעלע וויינשטאק און די אנדערע שמיגעגיס זענען ווילד געווארן, זיי האבן שוין געמיינט אז די אהרונים האבן אונטערגעשטעלט א שטיקל קעגן זיי.

מ'האט זאפארט גערופן משה גבאי, דעם מייסטער קאפ און ער האט געפרעגט די מארשאלס ווער זיי זענען.

זיי האבן ארויסגענומען א בעדזש און געוויזן אז זיי זענען פעדעראלע אגענטן און זיי דארפן א אינטערוויו מיט'ן סאטמארער רבי'ן.
...פארוואס פרעגט ער, שוין זייער אנגעצויגן, און די בליט לויפט אים אין קאפ.
...ווייל נפתלי שלעזינגער האט געזאגט אז דער סאטמארער רבי האט אים געזאגט אז גאנץ פסח האט דעם זעלבן דין. און חול המועד פסח האט דעם זעלבן דין לגבי מלאכה ווי די ערשטע צוויי טעג, און זיי ווילן עס הערן פונעם רבי'ן.

משה גבאי האט געזאגט אז דער מצב פונעם רבי'ן איז זייער שוואך, און דער רבי קען נישט אויפנעמען קיין וויזיטארס.

נפתלי שלעזינגער האט גענוצט דעם רבי'ן אין זיינע קאורט פעיפערס אז מ'זאל אפשטופן זיין טרייעל אויף נאך פסח, ווייל חול המועד איז פינקט אזוי אסור צו טאן א מלאכה ווי די ערשטע טעג, און האט געזאגט אז דער סאטמארער רבי האט עס אים געזאגט.


פאלגענד וועל איך אראפברענגען וואס די רעגירנוג שרייבט דערוועגן און זיי דערמאנען אז זיי זענען געווען ביים סאטמארער רבי'ן משה טייטלבוים אבער דער סעקרעטאר האט נישט געלאזט אריינגיין ווייל דער רבי איז צי שוואך.


איינס פאר די לעצטע פאראגראף שרייבן זיי דאס.






דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/4/2005 22:49 לינק ישיר 

מצורף קובץ

דאס איז די וואס די רעגירונג האט אריינגעגעבן.
קעגן נעט שלעזינגער

זייט איינס.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/4/2005 22:52 לינק ישיר 

מצורף קובץ

דאס האט נעט שלעזינגער אריינגעגעבן צום קאורט פריער.

אין די מאושען זאגט שלעזינגער אז דער סאטמארער רבי האט אים געזאגט אז גאנץ פסח האט די זעלבע הלכה אין קדושה, און ממילא מוז מען עס אפשטיפן.

ערשטע זייט פון שלעזינגער'ס פארלאנג.
דא טענה'ט ער אז די טעיפ ווי ער וויל אונטערקויפן א פייערלעשער איז געווארן ארויסגע'גנב'ט פון זיין אפיס דורך די רעגירונג.

ערשטע זייט
\



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/4/2005 23:01 לינק ישיר 

מצורף קובץ

אינעם צווייטן זייט שרייבט ער אז סאטמארער רבי זאגט אז גאנץ פסח האט די זעלבע הלכה.

אונטן ביים סוף.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/4/2005 23:15 לינק ישיר 

יעצט פארשטיי איך שוין וואס באראש האט היינט געטאן אין ק"י מצה בעקעריי.
ער איז דארטן געזעצן מיט די קארפן קעפ פון אהרן ט"ב און אפגעבאקן א גוט שטיקל...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/4/2005 23:21 לינק ישיר 

שעמסט זיך מיט דיין כעלמער פורים קהילה.

שעמסט זיך אז פעדעראלע מארשאלס גייען אריין צום סאטמארער רבי'ן... ווען דער רבי ווייסט נישט צי פסח איז שוין געווען אדער נישט?

יא די אהרונים האבן געבאקן...
און נעט שלעזינגער האט עס פארלאנגט.
און די מארשאלס זענען געקומען צו סאטמארער רבי'ן
און די יונייטעד סטעיטס גאווערמענט האט עס געענטפערט אין קאורט דעם דאנערשטאג אפריל 7.

יעצט ענטפער די כאלעמאק.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/4/2005 23:28 לינק ישיר 

כא כא כא
קוק ווי ער שעלט ווי א בין...
אבער באראש, זאג נאר ווען האט סאשא דיר געהייסן זאגן דעם סטטעיטמענט איבער'ן רבי'ן שליט"א?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/4/2005 23:33 לינק ישיר 

זאג נאר, פארוואס האט נישט פראדעל אריינגעלאזט הערן דעם חוות דעת פונעם רבי'ן?

האסט א פנים פון א ריכטיגע אימבאלימפערטע כעלמער פורים קהילה

כ'פארשטיי אז די שעמסט דיך.
אלעס א דאנק פאר משה בן פראדעל



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/4/2005 23:44 לינק ישיר 

ליצים זאגן, אז ווען די נעבאכלעך יואלי גאלד און יודעלע וויינשטאק האבן געזען עטליכע אגענטן קומען צום רבי'ן
האבן זיי זיך קודם זייער געפרייט, ווייל שוין עטליכע וואכן וואס קיין נפש חי' טרעט דארט נישט אריין.

זיי זענען שנעל געלאפן צו די טיר אויפנעמען די וויזיטארס וואס קומען צום צדיק הדור.

נאך 2 סעקונדעס, ווען עס האט זיך ארויסעשטעלט אז זיי זענען פעדעראלע אגענטן און ווילן רעדן צום רבי'ן איז זיי געווארן קאלעמוטנע.

אזא אנטוישונג.

עס דערמאנט מיר, וואס מ.ש.זופניק האט אמאל געזאגט, ווען ער איז געווען אין קווינס קעמפ ביים רבי'ן אין באנגעלאו.

אז ער איז געזיצן א גאנצן טאג דארט, און די טעלעפאן האט נישט געקלינגען קיין איין מאל. אינמיטן ווען דער טעלעפאן האט זיך צעקלינגען און ידער איז געלאפן אויפהייבן האט מען געהערט ווי איינער זאגט:


THIS IS VERIZON,
WE HAVE SOME NEW FEATURES FOR YOUR PHONE SERVICE


אלע זענען געווארן רויט ווי בוריקעס.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/4/2005 00:30 לינק ישיר 

אויסשווארץ געדענקסט נאך ווען עטליכע וואכן צוריק אינמיטן דעם הייליגן טיש פון כ"ק מרן הגאב"ד שליט"א איז א יונגערמאן צוגעגאנגען צו חיים שלמה פישער און אים געזאגט אז ער דארף מזכיר זיין א חולה.
חיים שלמה'ס פנים האט אויפגעלויכטן ענדליך וועט מען זען די מופתים גלויים פון כ"ק מרן הגאב"ד שליט"א און גלייך צוגעלאזט דעם יונגערמאן.
ער איז צוגעגאנגען צום רב און אים געפרעגט די שייגעץ וואס די ביסט ווען וועסט ארויסגיין פון קאורט אטנקעגן דיין טאטן?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/4/2005 06:01 לינק ישיר 

איך פארשטיי נישט וואס איז די בושה אז פעדעראלע אגענטן זענען געקומען צום סאטמאר'ער רבי'ן בעת א איד זאגט נאך אין זיין נאמען א הלכה,
קיינער איז דאך אים נישט געקומען נעמען אין תפיסה פאר קאנטעמפט אוו קאורט אזויווי זיין בנו בכורו האט געטוען ביי דעם קעיס פון יוסל וואלדמאן ווי אהרן האט געזאגט אז ער פייפט אן דעם שופט, אין דער שופט האט אים געלייגט אין קאנטעמפט אוו קאורט, אין געסטראשעט אז אויב נעמט ער נישט צוריק וואלדמאן'ס קינדער אין חדר, גייט אהרן אין חד גדיא,
אין אז דער גבאי האט אים נישט אריינגעלאזט איז דאך זייער נארמאל, פאר צוואנציג יאר צוריק וואלט מען אויך נישט אריינגעלאזט א פעדעראל מארשאל צו א רבי'ן עס פאסט נישט,



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/4/2005 16:47 לינק ישיר 

זיי האבן נישט אריינגעלאזט קיינעם ווייל די לעדל פון די "לאַלי'ס" איז מאמענטאל ליידיג...

נישא געזארגט, מען האפט בקרוב צו קויפן פרישע!...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/4/2005 20:03 לינק ישיר 

מארקעז
וואס פארשטייסט יא?

אז א איד זאגט אז סאטמארער רבי האט אים געזאגט א הלכה איבער פסח, פארוואס לאזט מען נישט אריין די פעדעראלע מארשאלס דאס אליין פון הערן פונעם גרויסן צדיק און בעל הוראה.

געוואלד?
מ'קען דאך א טובה טאן א איד (!)
פארוואס לאזט מען זיי נישט אריין מיט
ווען די האסט א תירוץ, פליז זאג עס
און זיי מקיים דעם אל תמנע טוב מבעליו.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > פעדעראלע מארשאלס ביי סאטמארער רבי'ן
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext