בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

שווארץ-ווייסע ברילען?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-12/4/2005 03:09 לינק ישיר 
שווארץ-ווייסע ברילען?

פון ווי שטאמט די צידרייטע פירונג ביי חסידים, וואס זענען איינגעטיילט אין דריי קאטעגאריעס:
1- גאר פארפרימטע זענען מקפיד על קוצו של יוד צו טראגען דוקא שווארץ ווייסע ברילען, פארוואס נישט אינגאנצען שווארץ אדער נישט אינגאנצען ווייס, אדער גאר אן אנדערע קאליר? ווער האט מחליט געווען אז דאס פרעזענטירט פארפרימקייט?

2- האלב פארפרימטע טראגען ברילנען וואס מיז זיין פיר עקיג שווארץ פון אויבען און גאלד אדער זילבער פון אינטען, ווער האט מחליט געווען אז דאס פרעזענטירט האלב פארפרימט?

3. די בעסערע אדער בעסער געזאגט די ניכטערע, טראגען אלע מאדערנע ברילען.

היינט איז דאס איינע פון די trademarks ווי אזוי מען אידענטעפעצירט ווי איינער שטייט און יידישקייט!! גאט זאל אפהיטען ווי משוגע מענטשען קענען זיין.

מאדנע אונצימערקען, דאס די פירונג געפונט זיך דווקא און ניו יארק און די פאראייניגטע שטאטען אבער נישט און ישראל, דארט געפונען מיר נישט אזא הקפדה, ביי חסידים, פרעגט זיך די שאלה טאקע פארוואס?



תוקן על ידי - גרוינעם - 12/04/2005 3:15:00



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/4/2005 03:23 לינק ישיר 

גרונם

איך פארשטיי נישט פארוואס די בעטס א מקור בשעת ווען די גלייבסט נישט נאר אין די ראשונים די האסט שוין אין דעם פורום כמה פעמים געשריבן אויף רבנים. קדושים. פוסקים. מחברי ספרים.פין דריי פיר הינדערט יאר צירוק. אז ח"ו זיי ווייסן נישט וואס זיי שרייבן אין זיי מאכן א טעות ח"ו ממילא פארוואס בעסטע א מקור גלייבסט דאך סיי ווי נישט דערין

דאס ענפער איך נאר פאר גרונם ווייל למעשה ווייס איך נישט אויב עס האט א מקור



תוקן על ידי - getme - 12/04/2005 4:05:19



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/4/2005 03:27 לינק ישיר 


אוי וויי אבער וואס זאלען מיר טיען דאס די פארבריקען האבען אנגעהויבען צו פאברעצירען שווארץ-ווייסע ברילען פאר קנאפע פערציג פופציג יאר, וואס האבען גדולים געטראגען פארען קריג?
האבען די גדולים נאכען קריג אנגעטוהן שווארץ-ווייס על פי קבלה?


תוקן על ידי - גרוינעם - 12/04/2005 3:30:45



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/4/2005 03:50 לינק ישיר 

getme

אפשר טוט איר א טובה און איר זענט מעתיק אהער דא עפעס א בריוו פין א ת"ח אין דעם נושא פין וואסארא בריללען צו טראגען?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/4/2005 04:10 לינק ישיר 

כ'האב נישט געבעטען פאר א מקור, ווייל ווי פארשטענדלעך דאס האט נישט קיין מקור.
כ'וויל פשוט וויסען די אנטוויקלונג פון די מאדנע פירונג?
ווען א קינד פרעגט זיין פארפרימטען טאטע פארוואס דארפען מיר טראגען דווקא שווארץ-ווייס (כ'ווייס נישט, מען מעג פרעיגען אזא שאלה און א חסידישער שטוב?, וואס ענפערט אים דער טאטע?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/4/2005 04:16 לינק ישיר 

גרוינעם

דער טאטע ענטפערט אז GETME זאגט אז גדולים האבען עס אנגעפירט, דעריבער האלט איך פאר וויכטיג אז GETME זאל אפיר שטעלען פין ווי ער נעמט דעם שקר, אז גדולים האבען עס איינגעפירט, און ווי פארשטייט זיך מיר קענען איהם שטעלען אויף די חזקה אז זיין תשובה וועט זיין,
1) די רבי זיסערעלינו האט כ"פ געזאגט...
2) מיט די סברות קען מען אפפרעגען די גאנצע תורה...
3) על שלא שינו...

וכדבריו של GETME אין א דערנעבענדע פורום "אין קץ לדברי רוח"






דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/4/2005 04:39 לינק ישיר 

רבותי, רחמנים בני רחמנים !!!

עס ווערט געזוכט דרינגענד, איינער וואס זאל אויסלערנען פאר גרוינעם די טמא'נע שפראך !!!

דער צודרייטער אונטער דעם ניק, וואס מיינט אז ער ווייסט וואס עס מיינט "אויפגעקלערט", איז נעבעך זייער ארים אין דעם נושא.

דער גרוינעם נעבעך פרובירט מיט אלע כוחות צו זיין אויפגעקלערט, אבער זיין טאטע האט אים נעבעך נאר אויסגעלערנט אידיש.

איינער האט זיך שוין מרכם געווען אויף אים און אים אנטפלעקט דעם סוד אז איינס פון די זאכן וואס פעלט זיך אויס צו זיין אויפגעקלערט איז צו קענען "עברית".

עס איז אים אריין אין קאפ, און ער צוברעכט זיך נעבעך די ציין (און די פינגער) ביים פרובירן צו שרייבן אויף עברית.

א רחמנות אויף די אלע וועלכע ליינען נעבעך זיינע הויכשטאפלערישע ווערטער, וועלכע קלעבן בדרך כלל ווי ארבעם צו די וואנט, און שטימען מיט גראמאטיק ווי "גרוינעם" מיט שכל.

רבותי !!!

האט רחמנות אויף אים און אויף אונז, און לערנט אים אויס גרונטליך די טמא'נע שפראך.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/4/2005 04:47 לינק ישיר 

weaky

???



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/4/2005 04:50 לינק ישיר 

ברוך השם דאס היברעייש קען איך אויך, אבער ווי זעהט איר דאס איך פראביער צו שרייבען היברעייש?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/4/2005 04:52 לינק ישיר 

עס איז דא א רמז פאר די וואס פראבירען זיך אהערצושטעלען מיט די שענערע אין קליינע ברילען
נזם זהב באף חזיר



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/4/2005 05:03 לינק ישיר 

א רמז פאר די ברילען וואס זענען (פין די האלב פארפרימטע-כדברי גרוינעם) שווארץ פין אויבען אין גאלד פין אונטען
"אויבען פוץ און אונטען שמוץ"



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/4/2005 05:16 לינק ישיר 

לאלו שלא מבינים יידיש כמו זאליweaky


משקפיים שחורים-לבנים

מאיפה נובע הנוהג המטורף אצל חסידים, שהם מפוצלים לשלוש קטגוריות?
1- האדוקים ביותר המקפידים על קוצו של יוד, מרכיבים דווקא משקפיים שחורים-לבנים, למה לא משקפיים שכולו שחור או כולו לבן? או גוון אחר כלשהו? מי החליט כי משקפיים כאלו משקפים אדוקיות?

2- האדוקים פחות, מקפידים שהמשקפיים יהיו מרובעים, שחור מעל, וזהב או כסף מתחת, מי החליט כי משקפיים כאלו מציגים אדוקיות פושרת?

3- הנאורים מרכיבים משקפיים מודרניים.

היום זה אחד מסימני ההיכר, איך שמזהים את רמת האדוקיות. השם ישמור לאיזה דרג של טירוף בני אדם יכולים להגיע!

מוזר להצביע, כי נוהג זה נהוג דווקא בניו יורק בארה"ב, אבל לא בישראל, שם לא קיים נוהג זה אצל חסידים אפילו אצל האדוקים ביותר כמו האראלך, ואכן למה לא?

תוקן על ידי - גרוינעם - 12/04/2005 5:18:26



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/4/2005 05:42 לינק ישיר 

דוכט זיך אז אין ארץ ישראל ביי די בעלזער איז אויך דא א "נוהג משונה" צו גיין מיט שווארץ ווייסע ברילן.

דער אמת איז אז ס'איז נישטא א הקפדה צו גיין שווארץ ווייס ברילן. די הקפדה איז צו גיין אנגעטוהן פשוט און אנטי מאדע. לו יצוייר אז די מאדע וועט זיין שווארץ ווייס ברילן וועלן די פרומע אנטון אן אנדערע קאליר. פאר 40 50 יאר צוריק איז געווען שטארק אין סטייל אויך אין די אלגעמיינע וועלט צו גיין מיט שווארץ ווייס פלאסטיק ברילן. (קוק אלטע בילדער אדער צייטונגען וועסטו זעהן.) ווען די סטייל האט זיך געענדערט אין די 70'ער יארן זענען די פרומע געבליבן מיט די אלטע סטייל און די מער MODERATES האבן מיטגעטאנצט מיט די נייע סטיילס.

וואס איז שייך די רבי'לעך ביי זיי איז קלויבן ברילן א גאנצע תורה. כ'האב גערעדט מיט א ברילן געשעפט דערוועגן האט ער מיר פארציילט וויאזוי ס'קוקט אויס ווען א געוויסער רבי (ער האט מיר געזאגט ווער) קומט קויףן ברילן. זיינע גבאים מאכן אן אפוינטמענט פון פאראויס, די געשעפט ווערט פארמאכט פאר א האלבע שעה, און דער רבי שליט"א שטייט ביים שפיגל און פרובירט אויס וועלכע ברילן ס'וועט אים שטיין שענער. נאך אלעם די ברילן דארף MATCH'ען מיט'ן טוליפ און בעקישע...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/4/2005 05:49 לינק ישיר 

נו וואס האט מען געטראגען ווען די מאדע איז געווען שווארץ-ווייס?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/4/2005 05:57 לינק ישיר 

איינער האט מיר מעורר געוועהן אינגאנצען אן אנדערער קוק אויף די זאך.. מעדיקעיד קאווערד דאך נאר די פלעסטיק בריללען! ובזה נחה ושקטה הארש! ופשוט! וד"ל פארוואס די קבוצות פין בריללען טרעגערס האבען זיך אזוי אויסגעשטעלט!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/4/2005 05:58 לינק ישיר 


אבער וויאזוי פארענפערט דאס די האלב פארפרימטע?
די שאלה פרעג איך סיי אויפען הסבר פון שלמה זלמן און סיי פון jid613!

תוקן על ידי - גרוינעם - 12/04/2005 6:00:25



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > שווארץ-ווייסע ברילען?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 4 5 לדף הבא סך הכל 5 דפים.

bholext