בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

די עלעקטראנישע מקוה טיר - א מחאה

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-19/4/2005 02:14 לינק ישיר 
די עלעקטראנישע מקוה טיר - א מחאה
מצורף קובץ

אין קרית יואל האט מען לעצטענס אינסטאלירט די עלקטראנישע מקוה טיר סיסטעם וואס לאזט נישט אריין אום באצאלט.
אצינד באמערק אין אין אידישע אפסטעיט פורם א מחאה וואס די בני יואל האבן ארויסגעגעבן קען דעם.

לייענט, און....

שרייבט וואס איז אייער מיינונג איז איבער דעם סיסטעם.




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/4/2005 02:15 לינק ישיר 

קרעדיט: ש'ד'ים טאנץ

http://masoret.hydepark.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1297206&whichpage=1



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/4/2005 04:12 לינק ישיר 

וויפיהל קאסט חודש געלט אין די ק"י מקוה?

עס זעהט פשוט אויס אז דער דריקער פין דעם פאפיר קלערט אולי זיך צו שפארען אפאר טאלער.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/4/2005 04:21 לינק ישיר 

מיין מיינונג קעגען די עלעקטראנישע טיר סיסטעם איז אז עס גיט נישט קיין רעשט.

איך בין גרייט צו באצאלען אבער איך קען נישט אלעמאל האבען עקזעקט טשעיינדש,

אז א סאדא מאשין קען געבן רעשט,אין א די מקוה מאשינען קען ליינען פינגערפרינט'ס מיט אנדערע קאמפיוטער טשאטשקעס זאלען זי אינסטאלירען א סיסטעם וואס גיט רעשט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/4/2005 04:36 לינק ישיר 

אינגערמאן:

ביזט נישט אריין אין די ריכטיגע טיר...

דא אין דעם פארום וועסטו נישט טרעפן דעם רבי'ן ז"ל'ס פארטרעטער'ס.

זיי דרייען זיך נאר אין אפסטעיט/קרית יואל...

און יעצט דאס אויך נישט, נאך די אומגעהויערע קלעפ פון פאריגע וואך אין יענעם פארום...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/4/2005 04:53 לינק ישיר 

איך גלייך אין ערגעץ נישט די לעקטעראנישע טירן, אין די מקוה ממילא, קען איך נאך אויסהאלטן, אבער וואס באדערט מיך מער איז די טורנסטיילס אויף די סאבוועיס, איך וואלט מיך געקענעט שפארן אסאך געלט ווען די טירן אויפן סאבוועי איז ברייט אפען, איך האלט מ'דארף עפעס טאן דערוועגן...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/4/2005 05:41 לינק ישיר 

א שוהל וואס ארדענט איין דעם סיסטעם איז נישט קיין חסיד'יש בית מדרש.

עס איז א ווייטאג אז פאר אלע שוואוויל טאג איז דא געלט אבער אז בחורים מיט געסט בפרט מארץ ישראל ראסט מען ארויס מקוה געלט

אינגערמאן איך האלט מיט דיר 100%

אלעס גייט אריין אין דעם 'בעלי זרוע' אטמאספער וואס באזשעוועט אין אונזער געזעלשאפט בזמן הזה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/4/2005 05:43 לינק ישיר 

בארץ ישראל גם יש מקוואות שיש להם את המערכת במקוה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/4/2005 05:47 לינק ישיר 

יוחי:

מען זעט אז דו האסט נישט אדורכגעליינט דעם בראשור פון קיט"ל קר"י איבער דעם ענין.

דער טיר איז אויסדריקליך נישט געקומען צו מאכן געלט, כאטש דאס קומט מיט אויטאמאטיש.

דאס איז אויסדריקליך געמאכט געווארן אויפן פארלאנג פון ועד הצניעות.

http://masoret.hydepark.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1297206



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/4/2005 05:50 לינק ישיר 

yohcee718
א שוהל וואס ארדענט איין דעם סיסטעם איז נישט קיין חסיד'יש בית מדרש.

עס איז א ווייטאג אז פאר אלע שוואוויל טאג איז דא געלט אבער אז בחורים מיט געסט בפרט מארץ ישראל ראסט מען ארויס מקוה געלט


זיי מסביר וואס די שרייבסט!ווער רייסט געלט ?פארוואס זאל מען נישט דארפן באצאלן פאר א זאך וואס מען ניצט?
וואספארא שוואוויל טאג איז דא געלט?
וואס דארף אלץ א א"י בחור באקימען אימזינסט חוץ א מקווה? וואס עס קאסט ממון ודמים פאר קהל?





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/4/2005 06:26 לינק ישיר 

אין באבוב אינדערפרי זיצט איינער אין גיט רעשט אויב איינער דארף, און טאמער איינער האט נישט לאזט ער אריין אהן געלט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/4/2005 18:07 לינק ישיר 

getme
שוואויל טאג? די געלט וואס מ'האט צו שווענדעווען אויף ריזיקע סיינס פאר רבי'שע חתונה'ס קען אויסצאלען פאר אלע בחורים זאלן גיין בחנם אין מקוה. (נאר איין משל, ווילסט נאך שוואויל טאג משלים?)

דער הויבט חילוק פון א מאדערנער שוהל בעיקר די רפורמער אין קאנסערוואטיווער איז, אז מ'קען נישט פשוט אריין אין א טעמפל אין מתפלל זיין מ'מוז זיין א מעמבער.

אדערש איז א חסיד'יש בימ"ד (להבדיל) מ'קען אפ דאווענען כל ימי חיו אין נישט זיין 'מחיוב' איין צענט. א יעדער איז וועלקום.. נאר די בעלי יכולות צאלען פריי וויליג אז אלע זאלען זיך געפונען דאס פלאץ.

לדוגמה: 10 יצחק רוזענבערג'ס איז נאך קיין חסיד'ישער קלויז. אבער 10 ר' יוסף סאקס מיט לחיים הערינג טינקערס 11 אזייגער אידערפרי מיט א סיפור פון רבי ר' מיילעך איז יא חסידישער שוהל..

it's a matter of priorities

איבער דעם ועד הצניעות...
מיין מיינונג איבער זייער צוגאנג איז בדרך כלל נעגאטיוו ..זיי האלטן אז מיט נאך אין נאך 'השגחה' קען מען ברענגען משיח ואת רוח הטומאה אעביר ...ווען זיי האבען דעם מאכט וואלט געוועהן א שפיאן מיט א קעמערא אין יעדעמ'ס צימער אין לעכל..

צוויי זאכען
1)די בעלי עבירה וועט מען קיין מאהל נישט אפשטעלן מיט די מעטאדען.
2) דער איינציגער וועג איז נאך און נאך תפלה אין מוסר מיט אמונה אין לימוד התורה ואין היצר שורה אלא בלב פנוי..

בכלל האלט איך נישט אז צוליב בעלי עבירה דארף א יעדער ליידען.

אדרבה
lets debate the issues



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/4/2005 18:30 לינק ישיר 

עס איז נישט דא וואס צי דיבעטין
שרייבסט ווי א שטיקל נער אז א שיל קימט מען זאל נישט צאלן קיין פעני ביזט מן הסתם א אפשטמיגער פין איזרעלי שנארער וואס ניצט יעדעם אויס ביזן לעצטן טראפן

איינער וואס האלט אז מען זאל גיין אין מקווה אין צאלן אין דאווענענן אין א שיל אן זיין מחייב צי צאלן א פעני,איז "נישט" א חסידישער אינגערמאן "נאר" א פלענער חז..



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/4/2005 19:13 לינק ישיר 

איך ווייס אז ראדני גייט אויך בקרוב לייגן אזא צוים, פשוט די ארונים שנארער וועלכע צאלן נישט קיין פעני, זאלן זיך "אינגאנצן" אפטראגן...

און עס וועט ארבעטן.

זיי זענען שוין 90 פראצענט אינדרויסן , און דורך דעם טיר ווען די איבריגע 10 אויך גיין וואו די אויגן וועלן זיי (פאר)טראגן...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/4/2005 19:42 לינק ישיר 

איך מיין אז יוחי איז גערעכט, עכ"פ אין דער נושא פינעם משמרת הצניעות.

ווער איז דאס גענוי דער משמרת הצניעות וואס איז פארנימען אויף זיכען שמוציגער אינגען אגאנצען טאג, און דערנאך זאלען זיי פרואווען איינרעדען דעם עולם אז זיי האבען איבערגעלאזט ביי זיך עפעס א זיקה פין יראת שמים צו קוקען אויף זייערע אייגענע מצוות ומעשים טובים?

עס איז ליידער א ביטערע מציאות, אבער אזוי שרייבט דער בעל התניא אין די בריוו, "העוסק עם מנוול מתנוול גם כן"





תוקן על ידי - jid_613 - 19/04/2005 19:45:05



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/4/2005 21:05 לינק ישיר 

במאי עסקינן א"א בשלמא במקום זנוח שפיר אלא א"א במקום שהמרחץ חם ונקיות שורה במקום ונותנים שאר צרכי המתרחצים כדבעי מאי איכא למימר


עס איז נישט גרינג צו זיין א יוד ושום דבר טוב לא בא בקלות



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > די עלעקטראנישע מקוה טיר - א מחאה
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext