UTA האט פראבירט צו בלאקן די באנק אז זיי זאלן נישט קענען טיילן און שיקן סובפינעס פאר יעדן, אבער זיי זענען היינט דורכגעפאלן.
דא זעט מען ווידער די שרעקליכע קאנסעקווענצן פון פירן א ישיבה אן א שום אחריות, ממש ווי ישיבה בחורלעך, שומו שמים, אז א ישיבה וואס פארפיגט אויף איבער 8 טויזענט תלמידים ותלמידות זאל זיך אריינלאזן אין אזעלכע פינסטערע אומלעגאלע פראוד.
עס איז זיכער אז אויב אין UTA וואלט געווען פאראנטווארטליכע מענטשן וואלט דאס נישט פארגעקומען - ה"י.
נשלח ב-19/4/2005 21:31
זיי ווייסען אויך אז סאיז צרות זיי ווילן ארויסזעהן דעם רויטען מייזעלס ממש בקרוב
נשלח ב-19/4/2005 23:58
די גאנצע באהנדלונג פין קהל איז געווען אוין דיון עס אפצושטופען אין עס איז ב"ה ארלעדיגט געווארען
עסאיז בככל נישט באנדעלט געווארען די אנדערע זאכען
03-08556-mlc Silverman et al v. Congregation Yetev Lev D'Satmar Inc.
Anthony C Acampora representing Kenneth P Silverman (Plaintiff)
Richard G Haddad representing Congress Financial Corporation (Plaintiff)
Barry E Lichtenberg representing Congregation Yetev Lev D'Satmar Inc. (Defendant)
Pre-Trial Conference ADJ TO 4/19/2005 at 10:00 AM at Courtroom 960 (MLC), CI, NY.
נשלח ב-20/4/2005 16:56
אויסשווארץ: סאיז אמת און יו.טי.עי. איז דערנאך...
נאכמער האב איך געהערט אז 82 בעט זיך ביי דיין רב – ר' אהרן – אז ער "מוז" צוריק נעמען 82 אונטער זיין אויפזיכט ווייל ווען ער האט עס געפירט איז "נאר" געווען 15 מיליאן דאלאר חובות, און ער מיט זיין מורא'דיגן מוח און פירערשאפט קוואלעפיקאציעס קען עס שטעלן אויף די פיס...
אבער איך האב עס נישט געהערט פון צי א קראנטן מקור, ממילא טראג עס נישט ווייטער אין מיין נאמען...
יא אמת uta איז אויף געהאקטע...
עבירה גוררת עבירה... וועון מ'הייבט אן צו גליטשן גייט מען נידריגער און נידריגער...
קודם איז געווען אָ בָּ גָ דָ הָ און טאקע דער בלאט איז געווען "דער ערשטער" צו באריכטן די "שרעקליכע" פירצה... כמנהג ר' אהרן צו זיין דער ערשטער...
און איצט האט מען זיך דערקייקלט צו גיין נאך נידריגער און ווי דו – אויסשווארץ – שרייבט, אז uta איז שוין דערנאך...
וואס וועט דא זיין?...
וואו איז ווארהייטל?...
נשלח ב-20/4/2005 20:01
פאלישזיצער
איך זעה אז זי האלסט אין איין מענשאנען מיין נאמען צו אויסשווארץ.
איך שיס פאר געלעכטער און דריי זיך ביי די זייטן ווי די פראבירסט צי שיסן יעדן איינעם מיטן דעם זעלבן קויל.
אבער אז די האסט דערפון הנאה, האב ווייטער.
די האלסט אין איין מאכן מיסטעקיטס, און לאז מיך דיך פיקסן (אפשר וועט עפעס ווערן פון דיר)
חלילה, מאך נישט די אהרונים פאר אזעלכע בטלנים.
זיי ווילן נישט אז UTA זאל אונטערגייען.
זיי ווילן אז UTA זאל זיך ווייקען און בראקען אין צרות.
זיי זאלן נישט אונטערגיין אזוי שנעל.
זיי ווילן אז עס זאל נעמען לאנג. לאנג. זייער לאנג.
קיינער יאגט נישט.
1) קודם זאלן זיך אנריקן שיין די סופבינעלעך פון די באנק
2) נאכדעם זאל קומען לאו סוטס.
3) נאכדעם זאל עס קאסטן יעדע 5 חדשים א מעלאנע.
4) יעדער איינער פון UTA וועט זיך אי"ה מוזן באזארגן מיט טוץ אדוואקטן, וועלכע זענען אלע לשם מצוה.
5) נאכדעם זאל UTA פיילן איין מאושען נאך די אנדערע. און אלע זאלן האבן דעם רעזולאט פון נעכטן.
6) ווען די ערשטע 5 סטעפס וועלן אי"ה קומען, וועלן זיי דירגעבן נאך 5 זאכן וואס זיי האפן און וואונטשן זיך.
דער וואונטש פון די אהרונים איז אז:
אהרן טייטלבוים זאל עס נישט איבערנעמען חלילה.
לאז מייזעלס מיט דיין פ"ר גרין אין בלוי ווערן - אהרן טייטלבוים זאל נאר שטיין פון די זייט אין צוקוקן.
האסט נאך עפעס צי פרעגן.
נשלח ב-20/4/2005 21:31
ווארהייט, איך האלט נישט אזוי ווי די.
די אהרונים ווילן נישט אז UTA זאל האבן צרות.
אויב UTA האט צרות איז עס אונזער פראבלעם, און עס איז א צרה פאר אלע וואס האבן דארט קינדער און קיינער וואונשט זיי נישט קיין פראבלעמען חליה.
אצינד צי פאליש.
עס איז אן קיין צווייפעל אז נאר צוליב די כעלמער פירערשאפט פון UTA פירער זענען זיי אנגעקומען אין די לעגאלע און פינאציעלע פראבלעמען.
ליידער האלט דער לאך סאך טיפער פון 15 מיליאן דאלאר, און השי"ת זאל אוודאי אפהיטן אלע אידישע קינדער און די ישיבה אז די קאורט קעיס זאל נישט אריינציען נאך און נאך צענדליגער מיליאנען.
און לאמיר נישט פארגעסן
מייזעלס האט נישט פארשאפט קיין איין הכנסה פאר די ישיבה. ער האט נישט געשאפן קיין נייע מקורות פון הכנסה, קיין איין נייע עושר נישט צוגעברענגט, קיין איין נדבן נישט צוגגעבן, ער האט געהעכערט די טעקס, געהערט שכל לימוד, ארויפגעלייגט טראנספארטאציע קאסטן, געשינדן די הויט פון אלע טאטעס ווי א רשע און א טיראן.
מייזעלס האט נישט געפינען פאר וויכטיג אפצושטעלן די שווערע מיליאנען וואס פליסט פון UTA פאר פאליטישאנס.
מייזעלס האט נישט געפינען פאר וויכטיג אפצושטעלן די מסירות קעגן די ישיבה הק' בקרית יואל, ביי די וואלן ועוד.
דאס הייסט א מועל בהקדש.
נישט אומזיסט האט פאסירט וואס עס האט פאסירט.
מיר האבן א כלל אז שליחי מצוה אינן ניזקין. אויב וואלט ער נאר געצילט צו העלפן די הייליגע מוסדות UTA וואלט עס נישט פאסירט. ליידער האט ער געהאט גאר אנדערע פלענער.
נשלח ב-20/4/2005 21:56
צו אויסשווארץ און צו ווארהייטל:
אדרבה זאגטס מיר ביידע, וואס דא גייט זיך אויסקאכן און וואס גייען דו מיט אייערע ארונימלעך האבן פון די גאנצע מעשה 2 יאר פון איצט...
אין הייד-פארק שרייבט עטץ שוין פאר יארן אז דאס גייט זיין און יענס גייט פארקומען און נאכאלעם זע איך אז איך אלס פריוואטער מענטש פיל איך גארנישט פון די אלע פראבלעמען וואס "איר" פרובירט צו זאגן אז עס איז אויס וועלט...
לאמיר זאגן אז מייזעלס וועט לויט אייער וואונטש זיין אפילו אין תפיסה... נו, וואס האט דאס מיט מיר?
וואו גיי איך האבן א פראבלעם?
ווי לאנג דער אהרן איז אינדרויסן פון סאטמארן בילד, זע איך נישט וואס קען פאסירן צו מיר – פריוואטער מענטש...
ס'קען זיין אז דער און יענער וועט האבן "ציפקע צרות"... און משה בן פראדלטשע וועט אונטער גיין.... אבער וואס וועט דאס אויסמאכן אינעם גרויסן בילד? ד.ה. סיי פאר די מוסדות אדער פאר די זאליס בכלל?
איך זאג אייך דעם אמת אז איך האב נאך קיינמאל נישט געציטערט פון די אלע שטותים, עס האט מיך קיינמאל נישט נערוועז געמאכט.
איינמאל יא, און דאס איז געווען פאר שמיני עצרת, און וואס דארט האט זיך אויסגעלאזט איז א שאד מיין טייערע צייט אייך צו שרייבן ווייל דאס ווייסט איר בעסער פון מיר...
ביטע טראכט ביידע פון אייך און ענטפערט רואיג...
א גוטן ווארהייטל...
נשלח ב-20/4/2005 22:07
אויב די פירער פון יו.טי.עי זענען אויף צרות און גאנץ יו.טי.עי. טרייסעלט זיך אונטער, איז ביי דיר נישט קיין פראבלעם פאר דיין ביג פיקשער, האסטו זייער א פיצי קאפ.
בנוגע שמיני עצרת זעה איך נישט פארוואס היי יאר זאל נישט יוסי בראך נאכאמאל אריינקומען אין ראדני מיט 75 שווארצע און ווייסע גאורדס מיט גרויסע דזשערמין שעפערד דאגיס.