בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

טויזענטער גענעראל פארזאמלונ קהל יטב לב

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-30/4/2005 00:02 לינק ישיר 
טויזענטער גענעראל פארזאמלונ קהל יטב לב

דער גענעראל פארזאמלונג פין קהל יטב לב דסאטמער איז נעכטען נאכט פארגעקומען אין גרויסען ביהמ"ד דקהל יטב לב דסאטמער אויף ראדני סטריט ווי עס עס איז געווען אזא גדרענג אז קיין אינטש פלאץ זיך צו רירען עס איז געווען העכער אלע דערווארטונגען אין טראכטונגען וואס קהל האט זיך פארגעשטעלט אז הונדערטער מענטשען האבן געמוזט שטיין פין די זייטן אין זיין געשטופט צו קענען מיטהאלטען דעם הערליכען מעמד

א קוצען רעפאראט

קודם האט האט אויפגעטערעטען דער מנהל התאחדות אבריכם דקהל יטב יטב לב הרב ר יושע ווערצבערגער אין אראפגעלייגט די אקטיוויטעטען פין התאחדות אברכים אין די אלע ריזיגע סאטמערע צענטערן אין וויליאמסבורג וואס באדינט די טויזענטער מעמבערס אין הונדערטער שיעורי תורה
ווי עס לערנען אלע סאטמערע אינגלייט אין ער כדרכו געדד פין קאסטען אין די אויפטוען פין עסקנים אין מעורר געווען צו זיין בייהילפיג אין אינטערנעמונגען פין די התאחדות אברכים אימטן האט מען געהאט די זכיה אז כ"ק הגה"צ הראב"ד איז אריין געקומען אין ביהמ"ד ווי דער גאנצער ריזיגער ציבור האט זיך אויפגעשטלט מפני כבוד התורה אין דאן האט ר יושע מסיים געווען זיין פארעדע אין ער האט אויסגערופען דעם ראב"ד שליט"א וואס האט געהאלטען א א שעה צייט א הערליעכן שמועס אין די מצות החג וענפיה אין מעוור געןןען דעם עלום זיך קובע עיתים זיין לתורה אין נאך זאכען
דאן האט דער עולם געהאט די זכיה אז דער מרא דאתרא הגה"צ אב"ד סאטמער איז אריין געקומען אין דער ראב"ד האט מפסיק געווען לכבוד אין אין דער ריזיגער ציבור פין טויזענטער מענטעשן האבן זיך אויפגעשטעלט מיט שניידערעישע שטילקייט אין דער ראב"ד האט צוגענדגיט זיין דרשה וואס דער עולם האט אויסגעהערט מיט דורש ט

נאכדען האט הרב ר יושע מכבד געווען דעם רב צו רעדן אין דער רב האט אנגהויבן זיין דרשה מיט דיוקים בפסוקי התורה בענינ קרבן פסח אין ער איז א אריבער צו א הערליכען דרוש בסוגיא דבני בתירא וואס ער האט שוין געזאגט דערויף ביי שבת הגדול אין מען האט גקענט זעהן בחוש די חדוותא דשמעתא ווי דער עולם האט מיטגעהאלטען דעם הערליכען דרוש וואס האט זיך נאכדעם צוזאםגעפלאכטען אין אגדה ובמוסר בעניעי חינוך הבנים אין די אלע פרצות וואס קומען חדשים לבקרים ווי סי די -די ווי די- וואס ווערט ליידער אריין געכאפט ביים ציבור ביודעים ובלא יודעים אין עס האט ליידער אסאך קינדער אין שטיבער צוגרינד געלייגט -אין בפרט אין די קארס וואס עס קומט היינט שוין אריין געבויעט אינעווענדיג האט ער מעוור געווען אז מען זאל מבער זיין את החמץ מבתינו
דאן אי זער אריבער געגאנגען צו די שרעקלכיכער טראגיע וואס הארט ליידער פאסירט אין די ערשטע טעג אז אינגערמאן וואס האט מקיים געווען דעם למען תספר באזני בנך ובן בנך ביים סדר נאכט איז אזוינס געשןען דאס מיינט נישט קיין יחיד נאר עס מעורר צו זין אז טאטעס אין זיידעס זאלען זיך אומקוקען אין א יעדע צייט אין א יעדע מינוט ווי אין מיט וועם זיינע קינדער אין אייניקלעך דרייען אין חברען זיך אין דעם קאמפיוטער אין אינטערנעט וואס רבים חללים הפילה וואס א ידער טאטע אדער ארבעט געבער אי זמחיוב צו האבן א עינא פקיחה אויף זיך זיינע קינדער אין ארבעטערס אז ער זאל נישט זיין דער וואס עובר אויף ולא תשים דמים בביתיך
דאן איז ער אריבער געגאנגען צום מסירות נפש פין די יקיריי ירושלים (וואס אגב האב איך יעצט געהערט באט נישט קאנפארעמעט אז דער ראש המשטרה פין די מדינה איז אריבער צו ר דודו שמידל אין ירושלימער רב אין געבעטען אןיפצוהערן די פראטעסטען וואס איז" ב"ה געווען א געוואלדיגער סוקסעס ) אין ער האט ארויסגעברענגט ווי ווייט די אגודו איז פארקראכען מיט שטיצען די אלע זאכען במישרין אין בעקיפין אלעס מיט א חשבון אנקעגן דאס יהדות החרדיות( ווי א קליינע דוגמא וואס ער האט דערמאנט אז די אגודה ציי6ונג פין ארץ ישראל האט שוין נישט געקענט איגנארירען די מערכה וואס קומט פאר אין ארצינו הקדושה ווייל די פרעסעע אינטערנאציענאל אין אלע צייטונגען האבן עס באריכטעט האבן זיי עס שוין פשוט נישט געקענט איגנארירען משא"כ די זעלבע צייטנונג פין אמעריקע וואס קומט ארויס אויף ענגליש האט מיט א כוונה עס איגנאריריט אין ארויסגעלייגט א בילד ווי מען שעפט מים שלנו אנשטאט ווי מען גראבט קברים אלעס ווייל עס חלק עצם מעצמי פין די מדינה הציונות)אין ארויסגעברענגט ווי עס איז נישט קיין שום חכמת דארטען ווי א בחור האט שוין פיר טעג נישט באקומען געהעריג צו עסען אין תפיסה אין די אלע אנדערע שיקאנורונגען וואס די קלגסי המשטרה טוען איןב"ה אז עס איז געןןעו היינט א מעמד קידוש השם ווי טויזענטער אידן זענען ארויסגעקומען שרייען אין דעיגאסען דעם ווי געשריי

איןנאדעם האט ער צוגענדיגט מיט א שבח והודאה לרבון עולם אז מען האט7 ב"ה געהאט די זכיה די טעג צו הערן הלל אין בענטשען טל פין הוד"כ"ק מרן רבינו שליט"א אין מען זאל וויטער האבן די זכיה צו הערן עד ביאת גואלינו

נאכדעם האט דער סגן ראש הקהל ר שאול פערשטיין אויפגעטערעטען מיט א א הערליכע רעדע וואס יעצט ערב יו"ט האב איך שוין נישט קיין צייט עס צו באריכטען אין אי"ה נאך יו"ט וועל איך ממשיך זיין



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/5/2005 22:57 לינק ישיר 

עס איז באמת געווען א מעכטיגע אסיפה מיט טויזנטער און טויזנטער אנ"ש.
דאס ביהמ"ד איז געווען איבערגעפולט. אלע זיצן זענען געווען פול און מען איז געשטאנען קעפ אויף קעפ אין דער זייט אויך.
מענטשן האבן זיך דערמאנט פון יענעם חוה"מ פסח גענוי מיט 6 יאר צוריק ווען דאס ביהמ"ד איז געווען איבערגעפולט ביז דער משמש הרה"ח ר' שלמה ווערצבערגער נ"י האט געזאגט דעם באוואוסטן "א גוטן מועד"...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/5/2005 23:11 לינק ישיר 

איחוד מעמבער

די סארט טרוקענע נייעס שרייבט מען אין דעראיד,

דא שרייבט מען ראזינקעס, אין דאס קענסטו ליינען אין אשכול פון דעם איסור אויפן SUV.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/5/2005 23:54 לינק ישיר 

לאמיר קודם איבערהערן די פערל ווערטער פון דעם פערל'דיגן רעדנער פון שאול פערלשטיין.

פסח תשס"ד:
...מיט'ן באפעל פונעם ריכטער און גוטהייסונג פונעם רב וועט אי"ה פארקומען וואלן צווישן פסח ביז שבועות...

פסח תשס"ה:
...פראטאקאלירט און באשטעטיגט, דער רבי איז דער איינציגער באלעבאבאבס אין סאטמאר...

לאכט נישט... דער פערל'דיגער רעדנער האט נעבעך נישט גענומען די פילעכלעך פסח.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/5/2005 00:39 לינק ישיר 

מען האט געקענט זען די צעשאסענע פנימ'ער פון די אהרונים די צווייטע טעג יו"ט.
זיי האבן זיך פשוט נישט געגלויבט אז דאס גרויסע ביהמ"ד קען זיין פול אן זיי.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/5/2005 00:46 לינק ישיר 

שרייב מיליאנען פליז.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/5/2005 00:55 לינק ישיר 

וואס איז געווארן מיט די וואלן פון א יאר צוריק פון פסח ביז שבועות


שוין פראטאקאלירט געווארן?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/5/2005 02:12 לינק ישיר 

ווער דארף נאך וואלן?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/5/2005 21:30 לינק ישיר 

די אסיפה חוה"מ פסח פלעגט יעדעס יאר הייסן א "אסיפה כללית" ווי אלפים מאנ"ש פלעגן זיך צוזאמקומען הערן דברי חיזוק והדרכה אויף אגאנץ יאר, און ספעציעל פאר'ן זומער פון כ"ק רבינו שליט"א, און שפעטער ווען ער איז שוין נישט געווען ביכולות ליידער, פון בנו הגדול גאב"ד קרית יואל שליט"א.

אייגענטליך איז דאס נאך געווען ביי רביה"ק זי"ע וואס פלעגט האלטן זיין דרשה לאברכים יעדעס יאר חוה"מ סוכות, און אזוי האט יבדלח"ט רבינו שליט"א אויך געטון, אבער שפעטער האט מען באשלאסן אז סוכות איז זייער שווער נאך די עבודה פון די הייליגע טעג, און פאר הוש"ר און די הקפות, האט מען עס געטוישט אויף חוה"מ פסח, אשרי עין ראתה כל אלה.

די לעצטע יארן איז עס געווארן א "גענעראל פארזאמלונג" וי מ' לופטערט אויס אלע בויך קרעמפפן פון אגאנץ יאר, וואלן, מחאות, פראטקאלירן שטאטוטן, פאטשן זיך אויפ'ן בויך אויף די אלע "אויפטוען", ווען מ' גייט אהיים פון די אסיפה זאגט נישט קיינער נאך די ביסל מוסר און געגאנבעטע פשעטלעך וואס מ' האט געהערט, יעדער פארציילט נאך וואס שוטה פערלשטיין האט געזאגט, און אויף וועם ער האט מוחה געווען וכדומה, הלא למשמע אוזן דאבה נפשנו.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > טויזענטער גענעראל פארזאמלונ קהל יטב לב
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext